Page 6 - Shoftim
P. 6
שופֿטים
8און יהושוע דער זון פֿון נון ,דער קנעכט פֿון גאָט ,איז געשטאָרבן
צו הונדערט מיט צען יאָר 9 .און מע האָט אים באַגראָבן אין דעם
געמאַרק פֿון ז ַײן נחלה ,אין תּמנתֶ -חרס ,אין דעם געבערג פֿון אפֿרים
אין צפֿון פֿון באַרג געש 10 .און אױך יענער גאַנצער דור איז
א ַײנגעזאַמלט געװאָרן צו ז ַײנע עלטערן ,און אַן אַנדער דור איז
אױפֿגעשטאַנען נאָך זײ ,װאָס האָבן ניט געקענט גאָט ,און ניט די
טואונג װאָס ער האָט געטאָן פֿאַר ישׂראל 11 .און די קינדער פֿון
ישׂראל האָבן געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון גאָט ,און זײ
האָבן געדינט די ַב ַעל-געטער 12 .און זײ האָבן פֿאַרלאָזן יהוה דעם
גאָט פֿון זײערע עלטערן ,װאָס האָט זײ אַרױסגעצױגען פֿון לאַנד
מצרים ,און זײ ז ַײנען געגאַנגען נאָך פֿרעמדע געטער ,פֿון די געטער
פֿון די פֿעלקער װאָס רונד אַרום זײ ,און זײ האָבן זיך צו זײ געבוקט,
און האָבן דערצערנט גאָט 13 .און זײ האָבן פֿאַרלאָזן יהוה ,און
געדינט צו ַב ַעל און צו די עש ָתּרות 14 .האָט דער צאָרן פֿון גאָט
געגרימט אױֿף ישׂראל ,און ער האָט זײ געגעבן אין דער האַנט פֿון
רױבער װאָס האָבן זײ באַרױבט ,און ער האָט זײ איבערגעענטפֿערט
אין דער האַנט פֿון זײערע פֿ ַײנט פֿון רונד אַרום ,און זײ האָבן מער
ניט געקענט באַשטײן פֿאַר זײערע פֿ ַײנט 15 .אומעטום אַװוּ זײ ז ַײנען
אַרױסגעגאַנגען ,איז די האַנט פֿון גאָט געװען אַקעגן זײ צום בײזן,
אַזױ װי גאָט האָט גערעדט ,און אַזױ װי גאָט זײ האָט געשװאָרן; און
זי האָט זײער צוגעדריקט 16 .האָט גאָט אױפֿגעשטעלט שופֿטים ,און
זײ געהאָלפֿן פֿון זײערע רױבער 17 .אָבער אױך צו זײערע שופֿטים
האָבן זײ ניט צוגעהערט ,װאָרום זײ ז ַײנען געװען פֿאַרפֿירט נאָך
פֿרעמדע געטער ,און האָבן זיך צו זײ געבוקט; זײ האָבן זיך גיך
אָפּגעקערט פֿון דעם װעג װאָס זײערע עלטערן ז ַײנען געגאַנגען,
צוצוהערן די געבאָט פֿון גאָט; זײ האָבן אַזױ ניט געטאָן 18 .און אַז
גאָט האָט זײ אױפֿגעשטעלט שופֿטים ,אַזױ פֿלעגט גאָט ז ַײן מיט דעם
שופֿט ,און פֿלעגט זײ העלפֿן פֿון דער האַנט פֿון זײערע פֿ ַײנט אַלע
טעג פֿון דעם שופֿט ,װ ַײל גאָט פֿלעגט חרטה האָבן איבער זײער
געשרײ פֿון װעגן זײערע צװינגער און זײערע דריקער 19 .אָבער עס
איז געװען ,װי דער שופֿט איז געשטאָרבן ,אַזױ פֿלעגן זײ װידער
פֿאַרדאָרבן װערן ,נאָך מער פֿון זײערע עלטערן ,צו גײן נאָך פֿרעמדע
געטער ,זײ צו דינען און זיך צו בוקען צו זײ .זײ האָבן ניט אָפּגעלאָזט
פֿון זײערע מעשׂים און פֿון זײער א ַײנגעשפּאַרטן װעג 20 .און דער
צאָרן פֿון גאָט האָט געגרימט אױֿף ישׂראל ,און ער האָט געזאָגט:
װ ַײל דאָס דאָזיקע פֿאָלק האָט איבערגעטרעטן מ ַײן בונד װאָס איך