Page 2 - Shoftim
P. 2

‫תּורה נבֿיאים וּכתובֿים‬

              ‫תּרגום י ִידיש פֿון יהואש‬

       ‫שופֿטים‬

‫‪ 1‬און עס איז געװען נאָך דעם טױט פֿון יהושוען‪ ,‬האָבן די‬

‫קינדער פֿון ישׂראל געפֿרעגט ב ַײ גאָט‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬װער זאָלא‬

‫אונדז צוערשט אַרױפֿגײן אַקעגן דעם כַּנעני‪ ,‬מלחמה צו האַלטן אױֿף‬
‫אים? ‪ 2‬האָט גאָט געזאָגט‪ :‬יהודה זאָל אַרױפֿגײן; זע‪ ,‬איך האָב‬

                                     ‫געגעבן דאָס לאַנד אין ז ַײן האַנט‪.‬‬

‫‪ 3‬האָט יהודה געזאָגט צו ז ַײן ברודער שמעון‪ :‬גײ אַרױֿף מיט מיר אין‬
‫מ ַײן גורל‪ ,‬און מיר װעלן מלחמה האַלטן אױפֿן כַּנעני‪ ,‬און איך װעל‬

      ‫אױך גײן מיט דיר אין ד ַײן גורל‪ .‬איז שמעון געגאַנגען מיט אים‪.‬‬

‫‪ 4‬און יהודה איז אַרױפֿגעגאַנגען‪ ,‬און גאָט האָט געגעבן דעם כַּנעני‬
‫און דעם פּ ִרזי אין זײער האַנט‪ ,‬און זײ האָבן געשלאָגן פֿון זײ אין ֶבזק‬
‫צען טױזנט מאַן‪ 5 .‬און זײ האָבן געפֿונען אדוני‪ֶ -‬בזקן אין ֶבזק‪ ,‬און‬
‫האָבן מלחמה געהאַלטן אױֿף אים‪ ,‬און האָבן געשלאָגן דעם כַּנעני‬
‫און דעם פּ ִרזי‪ 6 .‬איז אדוני‪ֶ -‬בזק אַנטלױפֿן‪ ,‬און זײ האָבן אים‬
‫נאָכגעיאָגט‪ ,‬און האָבן אים געכאַפּט‪ ,‬און האָבן אָפּגעהאַקט די‬
‫דױמען פֿון ז ַײנע הענט און ז ַײנע פֿיס‪ 7 .‬האָט אדוני‪ֶ -‬בזק געזאָגט‪:‬‬
‫זיבעציק מ ָלכים מיט די דױמען פֿון זײערע הענט און זײערע פֿיס‬
‫אָפּגעהאַקט האָבן געקליבן אונטער מ ַײן טיש; אַזױ װי איך האָב‬
‫געטאָן; אַזױ האָט מיר גאָט באַצאָלט‪ ,‬און זײ האָבן אים געבראַכט‬

                         ‫קײן ירוש ַלים‪ ,‬און ער איז דאָרטן געשטאָרבן‪.‬‬

‫‪ 8‬און די קינדער פֿון יהודה האָבן מלחמה געהאַלטן אױֿף ירוש ַלים‪,‬‬
‫און האָבן זי באַצװוּנגען‪ ,‬און זי געשלאָגן מיטן שאַרֿף פֿון שװערד‪,‬‬
   1   2   3   4   5   6   7