Page 4 - Shoftim
P. 4

‫שופֿטים‬

‫‪ 21‬און דעם יבֿוסי‪ ,‬דעם באַװױנער פֿון ירוש ַלים‪ ,‬האָבן די קינדער פֿון‬
‫בנימין ניט פֿאַרטריבן; און דער יבֿוסי איז געבליבן זיצן מיט די‬

              ‫קינדער פֿון בנימין אין ירוש ַלים ביז אױֿף ה ַײנטיקן טאָג‪.‬‬

‫‪ 22‬און דאָס הױז פֿון יוסֿף‪ ,‬זײ אױך ז ַײנען אַרױפֿגעגאַנגען אױֿף ֵבית‪-‬‬
‫ֵאל‪ ,‬און גאָט איז געװען מיט זײ‪ 23 .‬און דאָס הױז פֿון יוסֿף האָט‬
‫געלאָזט אױסקוקן ֵבית‪ֵ -‬אל– און דער נאָמען פֿון דער שטאָט איז‬
‫פֿריער געװען לוז– ‪ 24‬און די װעכטערס האָבן געזען אַ מאַן‬
‫אַרױסגײן פֿון שטאָט‪ ,‬און האָבן צו אים געזאָגט‪ :‬װ ַײז אונדז‬
‫אַקאָרשט דעם א ַײנגאַנג פֿון שטאָט‪ ,‬און מיר װעלן טאָן מיט דיר‬
‫חסד‪ 25 .‬האָט ער זײ געװיזן דעם א ַײנגאַנג פֿון שטאָט‪ ,‬און זײ האָבן‬
‫געשלאָגן די שטאָט מיטן שאַרֿף פֿון שװערד; און דעם מאַן און ז ַײן‬
‫גאַנצע משפּחה האָבן זײ אַװעקגעלאָזט‪ 26 .‬און דער מאַן איז‬
‫געגאַנגען אין לאַנד פֿון די ִחתּים‪ ,‬און האָט געבױט אַ שטאָט‪ ,‬און‬
 ‫גערופֿן איר נאָמען לוז; דאָס איז איר נאָמען ביז אױֿף ה ַײנטיקן טאָג‪.‬‬

‫‪ 27‬און מנשה האָט ניט פֿאַרטריבן ֵבית‪-‬שאָן און אירע‬
‫טעכטערשטעט‪ ,‬און תּענך און אירע טעכטערשטעט‪ ,‬און די‬
‫באַװױנער פֿון דור און אירע טעכטערשטעט‪ ,‬און די באַװױנער פֿון‬
‫ִיבֿלעם און אירע טעכטערשטעט‪ ,‬און די באַװױנער פֿון מ ִגדו און‬
‫אירע טעכטערשטעט; און דער כַּנעני איז באַשטאַנען צו בל ַײבן זיצן‬
‫אין דעם דאָזיקן לאַנד‪ 28 .‬און עס איז געװען‪ ,‬אַז ישׂראל איז שטאַרק‬
‫געװאָרן‪ ,‬האָט ער געמאַכט דעם כַּנעני צו צינדז‪ ,‬אָבער פֿאַרטר ַײבן‬

                                          ‫האָט ער אים ניט פֿאַרטריבן‪.‬‬

‫‪ 29‬און אפֿרים האָט ניט פֿאַרטריבן דעם כַּנעני װאָס איז געזעסן אין‬
            ‫ֶגֶזר‪ ,‬און דער כַּנעני איז געבליבן זיצן צװישן אים אין ֶגֶזר‪.‬‬

‫‪ 30‬זבֿולון האָט ניט פֿאַרטריבן די באַװױנער פֿון ִקטרון‪ ,‬און די‬
‫באַװױנער פֿון ַנהלול; און דער כַּנעני איז געבליבן זיצן צװישן אים‪,‬‬

                                             ‫און איז געװאָרן צו צינדז‪.‬‬

‫‪ 31‬אָשר האָט ניט פֿאַרטריבן די באַװױנער פֿון ַעכּו‪ ,‬און די באַװױנער‬
‫פֿון צידון‪ ,‬און אַחלבֿ‪ ,‬און אַכזיבֿ‪ ,‬און ֶחלבה‪ ,‬און אַפֿיק‪ ,‬און רחובֿ‪32 .‬‬
‫און דער אָ ֵשרי איז געזעסן צװישן דעם כַּנעני‪ ,‬די באַװױנער פֿון‬

                           ‫לאַנד‪ ,‬װאָרום ער האָט אים ניט פֿאַרטריבן‪.‬‬
   1   2   3   4   5   6   7   8   9