Page 5 - Shoftim
P. 5
שופֿטים
33נפֿתּלי האָט ניט פֿאַרטריבן די באַװױנער פֿון ֵביתֶ -שמש ,און די
באַװױנער פֿון ֵביתַ -ענת .און ער איז געזעסן צװישן דעם כַּנעני ,די
באַװױנער פֿון לאַנד; אָבער די באַװױנער פֿון ֵביתֶ -שמש און ֵביתַ -ענת
ז ַײנען געװאָרן ב ַײ זײ צו צינדז.
34און דער ֶאמורי האָט אַרױפֿגעשטופּט די קינדער פֿון דן צום
געבערג ,װאָרום ער האָט זײ ניט געלאָזט אַראָפּנידערן אין טאָל35 .
און דער ֶאמורי איז באַשטאַנען צו בל ַײבן זיצן אין ַהרֶ -חרס ,אין
אַָילון ,און אין ַש ַעלבֿים; אָבער די האַנט פֿון דעם הױז פֿון יוסֿף איז
געװען שװער ]אױֿף זײ[ ,און זײ ז ַײנען געװאָרן צו צינדז 36 .און דער
געמאַרק פֿון ֶאמורי איז געװען פֿון דעם אױפֿגאַנג פֿון ַעק ַרבים פֿון
ֶסלע און אַרױֿף צו.
1און אַ מלאך פֿון גאָט איז אַרױפֿגעגאַנגען פֿון ִגלגל קײן
בוכים ,און ער האָט געזאָגט :איך האָב א ַײך אַרױפֿגעבראַכט פֿוןב
מצרים ,און האָב א ַײך געבראַכט אין דעם לאַנד װאָס איך האָב
צוגעשװאָרן א ַײערע עלטערן; און איך האָב געזאָגט :איך װעל ניט
פֿאַרשטערן מ ַײן בונד מיט א ַײך אױֿף אײביק; 2נאָר איר זאָלט ניט
שליסן אַ בונד די באַװױנער פֿון דעם דאָזיקן לאַנד; זײערע מזבחות
זאָלט איר צעברעכן .אָבער איר האָט ניט צוגעהערט צו מ ַײן ָקול.
װאָס האָט איר דאָ געטאָן? 3דרום ,אױך זאָג איך :איך װעל זײ ניט
פֿאַרטר ַײבן פֿון פֿאַר א ַײך ,און זײ װעלן א ַײך ז ַײן פֿאַר נעצן ,און
זײערע געטער װעלן א ַײך ז ַײן פֿאַר אַ שטרױכלונג.
4און עס איז געװען ,װי דער מלאך פֿון גאָט האָט גערעדט די
דאָזיקע װערטער צו אַלע קינדער פֿון ישׂראל ,אַזױ האָט דאָס פֿאָלק
אױפֿגעהױבן זײער ָקול ,און זײ האָבן געװײנט; 5דרום האָט מען
גערופֿן דעם נאָמען פֿון יענעם אָרט בוכים .און זײ האָבן דאָרטן
געשלאַכט צו גאָט.
6און אַז יהושוע האָט פֿאַנאַנדערגעשיקט דאָס פֿאָלק ,און די קינדער
פֿון ישׂראל ז ַײנען געגאַנגען איטלעכער צו ז ַײן נחלה ,צו אַרבן דאָס
לאַנד 7 ,האָט דאָס פֿאָלק געדינט גאָט אַלע טעג פֿון יהושוען ,און
אַלע זקנים ,װאָס האָבן מאריך-ימים געװען נאָך יהושוען ,װאָס האָבן
געזען אַלדי גרױסע טוּונג פֿון גאָט װאָס ער האָט געטאָן פֿאַר ישׂראל.