Page 10 - Shoftim
P. 10

‫שופֿטים‬

‫‪ 4‬און דבֿורה אַ פֿרױ אַ נבֿיאה‪ ,‬די װ ַײב פֿון לפּידותן‪ ,‬זי האָט געמשפּט‬
‫ישׂראל אין יענער צ ַײט‪ 5 .‬און זי איז געזעסן אונטער דבֿורהס‬
‫טײטלבױם צװישן ָרמה און צװישן ֵבית‪ֵ -‬אל אין דעם געבערג פֿון‬
‫אפֿרים‪ ,‬און די קינדער פֿון ישׂראל ז ַײנען אַרױפֿגעגאַנגען צו איר צו‬
‫משפּט‪ 6 .‬האָט זי געשיקט און האָט גערופֿן ברק דעם זון פֿון‬
‫אבֿינועם פֿון ֶקדש‪-‬נפֿתּלי‪ ,‬און האָט צו אים געזאָגט‪ :‬פֿאַר װאָר‪ ,‬יהוה‬
‫דער גאָט פֿון ישׂראל האָט באַפֿױלן‪ :‬גײ און זאָלסט ציען צום באַרג‬
‫ָתּבֿור‪ ,‬און נעמען מיט דיר צען טױזנט מאַן פֿון די קינדער פֿון נפֿתּלי‬
‫און פֿון די קינדער פֿון זבֿולון‪ 7 .‬און איך װעל אַריבערציען צו דיר‪,‬‬
‫צום ט ַײך קישון‪ ,‬סיסרא דעם פֿירער פֿון ָיבֿינס חיל‪ ,‬מיט ז ַײנע‬
‫ר ַײטװעגן און ז ַײן מחנה‪ ,‬און איך װעל אים געבן אין ד ַײן האַנט‪8 .‬‬
‫האָט ברק צו איר געזאָגט‪ :‬אױב דו װעסט גײן מיט מיר‪ ,‬װעל איך‬
‫גײן‪ ,‬אױב אָבער דו װעסט ניט גײן מיט מיר‪ ,‬װעל איך ניט גײן‪9 .‬‬
‫האָט זי געזאָגט‪ :‬גײן װעל איך גײן מיט דיר‪ ,‬אָבער ניט ד ַײנער װעט‬
‫ז ַײן דער כּבֿוד אױֿף דעם װעג װאָס דו גײסט‪ ,‬װאָרום אין דער האַנט‬

                        ‫פֿון אַ פֿרױ װעט גאָט איבערענטפֿערן סיסראן‪.‬‬

‫און דבֿורה איז אױפֿגעשטאַנען און איז געגאַנגען מיט ברקן קײן‬
‫קדש‪ 10 .‬און ברק האָט צונױפֿגערופֿן זבֿולון און נפֿתּלי קײן ֶקדש‪ ,‬און‬
‫צען טױזנט מאַן ז ַײנען אַרױפֿגעגאַנגען הינטער אים‪ ,‬און דבֿורה איז‬

                                              ‫אַרױפֿגעגאַנגען מיט אים‪.‬‬

‫‪ 11‬און ֶחבֿר דער ֵקיני האָט זיך געהאַט אָפּגעשײדט פֿון ַקין‪ ,‬פֿון די‬
‫קינדער פֿון חובֿבֿ‪ ,‬משהס שװער‪ ,‬און האָט אױפֿגעשטעלט ז ַײן‬

                         ‫געצעלט ביז ֵאלון‪-‬בצעַננים װאָס לעבן ֶקדש‪.‬‬

‫‪ 12‬האָט מען אָנגעזאָגט סיסראן אַז ברק דער זון פֿון אבֿינועמען איז‬
‫אַרױפֿגעגאַנגען צום באַרג תּבֿור‪ 13 ,‬און סיסרא האָט א ַײנגעזאַמלט‬
‫אַלע ז ַײנע ר ַײטװעגן – נ ַײן הונדערט א ַײזערנע ר ַײטװעגן‪ ,‬און דאָס‬

      ‫גאַנצע פֿאָלק װאָס מיט אים‪ ,‬פֿון חרושת‪-‬גוים צום ט ַײך קישון‪.‬‬

‫‪ 14‬און דבֿורה האָט געזאָגט צו ברקן‪ :‬שטײ אױֿף! װאָרום דאָס איז‬
‫דער טאָג װאָס גאָט האָט געגעבן סיסראן אין ד ַײן האַנט; פֿאַר װאָר‪,‬‬

                                 ‫גאָט איז אַרױסגעגאַנגען דיר פֿאַרױס‪.‬‬

‫האָט ברק אַראָפּגענידערט פֿון באַרג תּבֿור‪ ,‬און צען טױזנט מאַן נאָך‬
‫אים‪ 15 .‬און גאָט האָט פֿאַרטומלט סיסראן און אַלע ר ַײטװעגן און‬
   5   6   7   8   9   10   11   12   13   14   15