Page 11 - Shoftim
P. 11
שופֿטים
דעם גאַנצן חיל מיטן שאַרֿף פֿון שװערד פֿאַר ברקן; און סיסרא האָט
אַראָפּגענידערט פֿון ז ַײן ר ַײטװאָגן ,און איז אַנטלאָפֿן צו פֿוס 16 .און
ברק האָט נאָכגעיאָגט די ר ַײטװעגן און דעם חיל ביז חרושת-גוים,
און דער גאַנצער חיל פֿון סיסראן איז געפֿאַלן דורכן שאַרֿף פֿון
שװערד; ניט געבליבן צו מאָל אײנער.
17און סיסרא איז געלאָפֿן צו פֿוס צום געצעלט פֿון יעל דער װ ַײב
פֿון ֶחבֿר דעם ֵקיני; װאָרום שלום איז געװען צװישן ָיבֿין דעם מלך
פֿון חצור און צװישן דעם הױז פֿון ֶחבֿר דעם ֵקיני 18 .און יעל איז
אַרױסגעקומען סיסראן אַנטקעגן ,און האָט צו אים געזאָגט :קער
א ַײן ,מ ַײן האַר ,קער א ַײן צו מיר; זאָלסט ניט מורא האָבן .האָט ער
א ַײנגעקערט צו איר אין געצעלט ,און זי האָט אים צוגעדעקט מיט אַ
דעקע 19 .האָט ער צו איר געזאָגט :גיב מיר ,איך בעט דיך ,טרינקען
אַ ביסל װאַסער ,װאָרום איך בין דאָרשטיק .האָט זי געעפֿנט דעם
לאָגל מילך ,און האָט אים געגעבן טרינקען ,און האָט אים
צוגעדעקט 20 .האָט ער געזאָגט :שטעל זיך אין א ַײנגאַנג פֿון
געצעלט ,און עס װעט ז ַײן ,אַז עמיצער װעט קומען ,און װעט דיך
פֿרעגן און זאָגן :איז דאָ פֿאַראַן אַ מאַן? זאָלסטו זאָגן :נײן.
21האָט יעל די װ ַײב פֿון ֶחבֿרן גענומען אַ געצעלטפֿלעקל ,און
אַר ַײנגעטאָן דעם האַמער אין איר האַנט ,און זי איז שטילערהײט
צוגעגאַנגען צו אים ,און האָט אַר ַײנגעהאַקט דאָס פֿלעקל אין ז ַײן
שלײֿף ,ביז עס איז אַר ַײן אין דער ערד ,און װי ער איז געשלאָפֿן ,אַזױ
האָט ער געחלשט און איז געשטאָרבן.
22ערשט ברק יאָגט נאָך סיסראן; איז אים יעל אַרױסגעגאַנגען
אַנטקעגן ,און האָט צו אים געזאָגט :קום און איך װעל דיר װ ַײזן
דעם מאַן װאָס דו זוכסט .איז ער אַר ַײנגעגאַנגען צו איר ,ערשט
סיסרא ליגט טױט מיטן פֿלעקל אין ז ַײן שלײֿף.
23און גאָט האָט געמאַכט אונטערטעניק אין יענעם טאָג ָיבֿין דעם
מלך פֿון כַּנען פֿאַר די קינדער פֿון ישׂראל 24 .און די האַנט פֿון די
קינדער פֿון ישׂראל איז געװאָרן אַלץ שװערער אױֿף ָיבֿין דעם מלך
פֿון כַּנען ,ביז װאַנען זײ האָבן פֿאַרשניטן ָיבֿין דעם מלך פֿון כַּנען.