Page 14 - Shoftim
P. 14

‫שופֿטים‬

                 ‫אָשר איז געזעסן ב ַײם באָרטן פֿון ים‪,‬‬
                   ‫און ב ַײ ז ַײנע אױסגוסן געטאָן רוען‪.‬‬

                                ‫‪ 18‬זבֿולון איז אַ פֿאָלק‬
         ‫װאָס האָט א ַײנגעשטעלט ז ַײן זעל צום טױט‪,‬‬

                                          ‫און נפֿתּלי –‬
                               ‫אױֿף די הײכן פֿון פֿעלד‪.‬‬
        ‫‪ 19‬מ ָלכים ז ַײנען געקומען‪ ,‬מלחמה געהאַלטן‪,‬‬
‫דענצמאָל האָבן מלחמה געהאַלטן די מ ָלכים פֿון כַּנען‬
                   ‫אין ַתּענך ב ַײ די װאַסערן פֿון מ ִגדו;‬
          ‫קײן רױב פֿון זילבער האָבן זײ ניט געקריגן‪.‬‬
            ‫‪ 20‬פֿון הימל האָט מען מלחמה געהאַלטן‪,‬‬
                          ‫די שטערן פֿון זײערע שטעגן‬
                ‫האָבן מלחמה געהאַלטן מיט סיסראן‪.‬‬
              ‫‪ 21‬ט ַײך קישון האָט זײ אַװעקגעפֿלײצט‪,‬‬
                             ‫ט ַײך אַלטער‪ ,‬ט ַײך קישון‪.‬‬
                    ‫טרעט אױֿף מיט מאַכט‪ ,‬מ ַײן זעל!‬
    ‫‪ 22‬דענצמאָל האָבן געקלאַפּט די טריט פֿון פֿערד‪,‬‬

                                      ‫פֿון די שפּרונגען‪,‬‬
                        ‫די שפּרונגען פֿון ז ַײנע אָגערס‪.‬‬

    ‫‪ 23‬שילט מרוז‪ ,‬האָט געזאָגט דער מלאך פֿון גאָט‪,‬‬
                        ‫שילטן שילט אירע באַװױנער‪,‬‬

   ‫װ ַײל זײ ז ַײנען ניט געקומען צו דער הילֿף פֿון גאָט‪,‬‬
             ‫צו דער הילֿף פֿון גאָט‪ ,‬צװישן די גבורים‪.‬‬

      ‫‪ 24‬געבענטשטער פֿון אַלע װ ַײבער זאָל ז ַײן יעל‪,‬‬
                            ‫די װ ַײב פֿון ֶחבֿר דעם ֵקיני‬

     ‫פֿון אַלע װ ַײבער אין געצעלט ז ַײן געבענטשטער‪.‬‬

  ‫‪ 25‬װאַסער האָט ער געבעטן‪ ,‬מילך האָט זי געגעבן‪,‬‬
 ‫אין אַ קרוג פֿון פֿירשטן‪ ,‬האָט זי שמאַנט דערלאַנגט‪.‬‬
 ‫‪ 26‬איר האַנט האָט זי אױסגעשטרעקט צום פֿלעקל‪,‬‬

              ‫און איר רעכטע צום אַרבעטערהאַמער‪,‬‬
        ‫און געהאַמערט סיסראן‪ ,‬צעקלאַפּט ז ַײן קאָפּ‪,‬‬
         ‫און געלעכערט און דורכגעהאַקט ז ַײן שלײֿף‪.‬‬
   9   10   11   12   13   14   15   16   17   18   19