Page 19 - Shoftim
P. 19

‫שופֿטים‬

‫געלאַגערט אין טאָל יזרעאל‪ 34 .‬האָט אַ ג ַײסט פֿון גאָט אָנגעקלײדט‬
‫גדעונען‪ ,‬און ער האָט געבלאָזן אין שופֿר‪ ,‬און אבֿיעזר האָט זיך‬
‫אױפֿגעקליבן הינטער אים‪ 35 .‬און ער האָט געשיקט שלוחים דורך‬
‫גאַנץ מנשה‪ ,‬און ער אױך האָט זיך אױפֿגעקליבן הינטער אים; און ער‬
‫האָט געשיקט שלוחים דורך אָשר‪ ,‬און דורך זבֿולון‪ ,‬און דורך נפֿתּלי‪,‬‬

                             ‫און זײ ז ַײנען אַרױפֿגעקומען זײ אַנטקעגן‪.‬‬

‫‪ 36‬און גדעון האָט געזאָגט צו גאָט‪ :‬אױב דו װילסט העלפֿן דורך מ ַײן‬
‫האַנט ישׂראל‪ ,‬אַזױ װי דו האָסט גערעדט‪ 37 ,‬אָט לײג איך אַװעק אַן‬
‫אָפּשער װאָל אין ש ַײער; אױב עס װעט ז ַײן טױ אױפֿן אָפּשער אַלײן‪,‬‬
‫און אױֿף דער גאַנצער ערד װעט ז ַײן טרוקן‪ ,‬װעל איך װיסן אַז דו‬

   ‫װעסט העלפֿן ישׂראל דורך מ ַײן האַנט‪ ,‬אַזױ װי דו האָסט גערעדט‪.‬‬

‫‪ 38‬איז אַזױ געװען; און װי ער האָט זיך געפֿעדערט אױֿף מאָרגן‪ ,‬און‬
‫האָט אױסגעדרײט דעם אָפּשער‪ ,‬האָט ער אױסגעקװעטשט טױ פֿון‬
‫דעם אָפּשער‪ ,‬אַ פֿולן קרוג װאַסער‪ 39 .‬האָט גדעון געזאָגט צו גאָט‪:‬‬
‫זאָל ניט גרימען ד ַײן צאָרן אױֿף מיר‪ ,‬און איך װעל רעדן נאָר דאָס‬
‫מאָל ‪:‬לאָמיך‪ ,‬איך בעט דיך‪ ,‬נאָר דאָס מאָל פּרוּװן מיט דעם אָפּשער;‬
‫זאָל‪ ,‬איך בעט דיך‪ ,‬ז ַײן טרוקן אױפֿן אָפּשער אַלײן‪ ,‬און אױֿף דער‬

                                             ‫גאַנצער ערד זאָל ז ַײן טױ‪.‬‬

‫‪ 40‬האָט גאָט געטאָן אַזױ אין יענער נאַכט; און עס איז געװען טרוקן‬
      ‫אױפֿן אָפּשער אַלײן‪ ,‬און אױֿף דער גאַנצער ערד איז געװען טױ‪.‬‬

‫‪ 1‬האָט זיך געפֿעדערט ירובעל –דאָס איז גדעון– ער און דאָס‬

‫גאַנצע פֿאָלק װאָס מיט אים‪ ,‬און זײ האָבן געלאַגערט ב ַײ עין‪-‬ז‬

‫חרוד; און דער לאַגער פֿון מדין איז אים געװען פֿון צפֿון‪ ,‬פֿון גבֿעת‪-‬‬
‫המורה אין טאָל‪ 2 .‬האָט גאָט געזאָגט צו גדעונען‪ :‬דאָס פֿאָלק װאָס‬
‫מיט דיר איז צו פֿיל‪ ,‬אַז איך זאָל געבן מדין אין זײער האַנט; ישׂראל‬
‫װעט זיך נאָך באַרימען אַקעגן מיר‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬מ ַײן האַנט האָט‬
‫מיך געהאָלפֿן‪ 3 .‬דרום רוֿף אַקאָרשט אױס אַצונד אין די אױערן פֿון‬
‫פֿאָלק‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬װער עס האָט מורא און ציטערט‪ ,‬זאָל זיך‬

                 ‫אומקערן און אַװעקגײן אין דער פֿרי פֿון באַרג גלעד‪.‬‬
   14   15   16   17   18   19   20   21   22   23   24