Page 17 - Shoftim
P. 17
שופֿטים
16האָט גאָט צו אים געזאָגט :אָבער איך װעל ז ַײן מיט דיר ,און
װעסט שלאָגן מדין אַזױ װי אײן מאַן.
17האָט ער צו אים געזאָגט :אױב ,איך בעט דיך ,איך האָב געפֿונען
ל ַײטזעליקײט אין ד ַײנע אױגן ,זאָלסטו מיר מאַכן אַ צײכן אַז דו
רעדסט דאָס מיט מיר 18 .זאָלסט זיך ניט אָפּטאָן פֿון דאַנען ,איך
בעט דיך ,ביז איך קום צוריק צו דיר ,און װעל אַרױסטראָגן מ ַײן
געשאַנק ,און אַװעקלײגן פֿאַר דיר .האָט ער געזאָגט :איך װעל בל ַײבן
ביז דו קערסט זיך אום.
19איז גדעון אַר ַײנגעגאַנגען ,און האָט געמאַכט אַ ציגנבעקל ,און
אומגעז ַײערטע קוכנס פֿון אַן ֵאיפֿה מעל; דאָס פֿלײש האָט ער
אַר ַײנגעטאָן אין אַ קאָרב ,און די זופּ האָט ער אַר ַײנגעטאָן אין אַ
טאָפּ ,און אַרױסגעבראַכט צו אים אונטער דעם א ַײכנבױם ,און
דערלאַנגט.
20האָט דער מלאך פֿון גאָט צו אים געזאָגט :נעם דאָס פֿלײש און די
אומגעז ַײערטע קוכנס ,און לײג אַװעק אױֿף יענעם פֿעלז ,און די זופּ
גיס אױס.
האָט ער אַזױ געטאָן 21 .און דער מלאך פֿון גאָט האָט
אױסגעשטרעקט דעם שפּיץ פֿון דעם שטעקן װאָס אין ז ַײן האַנט,
און האָט אָנגערירט דאָס פֿלײש און די אומגעז ַײערטע קוכענס; און
אַ פֿ ַײער איז אױפֿגעגאַנגען פֿון דעם פֿעלז ,און האָט פֿאַרצערט דאָס
פֿלײש און די אומגעז ַײערטע קוכנס; און דער מלאך פֿון גאָט איז
אַװעק פֿון ז ַײנע אױגן 22 .האָט גדעון געזען אַז דאָס איז געװען אַ
מלאך פֿון גאָט ,און גדעון האָט געזאָגט :װײ ,גאָט דו האַר! װאָרום
איך האָב געזען אַ מלאך פֿון גאָט פּנים אל פּנים.
23האָט גאָט צו אים געזאָגט :פֿריד צו דיר; זאָלסט ניט מורא האָבן,
װעסט ניט שטאַרבן.
24און גדעון האָט דאָרטן געבױט אַ מזבח צו גאָט ,און האָט אים
גערופֿן יהוה-שלום; ביז אױֿף ה ַײנטיקן טאָג איז ער נאָך אין עפֿרה פֿון
די אבֿיעזרער.