Page 22 - Shoftim
P. 22

‫שופֿטים‬

‫שװערד פֿון אײנעם קעגן אַנדערן‪ ,‬אַזױ אין גאַנצן חיל‪ ,‬און דער חיל‬
‫איז אַנטרונען ביז ֵבית‪-‬שטה‪ ,‬צו צררה צו‪ ,‬ביז דעם ברעג פֿון אָבֿל‪-‬‬
‫מחולה ב ַײ ַטבת‪ 23 .‬און די מענער פֿון ישׂראל האָבן זיך‬
‫א ַײנגעזאַמלט פֿון נפֿתּלי‪ ,‬און פֿון אָשר‪ ,‬און פֿון גאַנץ מנשה‪ ,‬און זײ‬
‫האָבן נאָכגעיאָגט מדין‪ 24 .‬און גדעון האָט צעשיקט שלוחים אין‬
‫גאַנצן געבערג פֿון אפֿרים‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬נידערט אַראָפּ אַקעגן מדין‪,‬‬
‫און פֿאַרכאַפּט זײ דאָס װאַסער ביז ֵבית‪-‬ברה‪ ,‬און דעם ירדן‪ .‬האָבן‬
‫זיך א ַײנגעזאַמלט אַלע מענער פֿון אפֿרים‪ ,‬און זײ האָבן באַצװוּנגען‬
‫דאָס װאַסער ביז ֵבית‪-‬ברה‪ ,‬און דעם ירדן‪ 25 .‬און זײ האָבן געכאַפּט‬
‫די צװײ האַרן פֿון מדין‪ ,‬עורבֿן און זאבֿן‪ ,‬און האָבן געהרגעט עורבֿן‬
‫ב ַײ צור‪-‬עורבֿ און זאבֿן האָבן זײ געהרגעט אין יעקבֿ‪-‬זאבֿ; און זײ‬
‫האָבן נאָכגעיאָגט מדין; און די קעפּ פֿון עורבֿן און זאבֿן האָבן זײ‬

                            ‫געבראַכט צו גדעונען פֿון יענער ז ַײט ירדן‪.‬‬

‫‪ 1‬האָבן צו אים געזאָגט די מענער פֿון אפֿרים‪ :‬װאָס פֿאַר אַ זאַך‬

‫האָסטו אונדז דאָ געטאָן‪ ,‬אונדז ניט צו רופֿן װען דו ביסטח‬

‫געגאַנגען מלחמה האַלטן אַקעגן מדין? און זײ האָבן זיך שטאַרק‬
‫געקריגט מיט אים‪ 2 .‬האָט ער צו זײ געזאָגט‪ :‬װאָס האָב איך אַצונד‬
‫אױפֿגעטאָן אין פֿאַרגל ַײך מיט א ַײך? איז ניט דער נאָכקל ַײב פֿון‬
‫אפֿרים בעסער װי די לעז פֿון אבֿיעזר? ‪ 3‬אין א ַײער האַנט האָט גאָט‬
‫געגעבן די האַרן פֿון מדין‪ ,‬עורבֿן און זאבֿן‪ ,‬און װאָס האָב איך‬
‫געקענט אױפֿטאָן אין פֿאַרגל ַײך מיט א ַײך? האָט דענצמאָל‬
‫אָפּגעלאָזט זײער כּעס פֿון אים‪ ,‬װען ער האָט גערעדט די דאָזיקע‬

                                                                   ‫רײד‪.‬‬

‫‪ 4‬און גדעון איז געקומען צום ירדן‪ ,‬און איז אַריבערגעגאַנגען‪ ,‬ער‬
‫און די דר ַײ הונדערט מאַן װאָס מיט אים‪ ,‬פֿאַרשמאַכטע און‬
‫פֿאַריאָגטע‪ 5 .‬און ער האָט געזאָגט צו די מענטשן פֿון סוכּות‪ :‬גיט‪,‬‬
‫איך בעט א ַײך‪ ,‬לאַבנס ברױט פֿאַר דעם פֿאָלק װאָס הינטער מיר‪,‬‬
‫װאָרום זײ ז ַײנען פֿאַרשמאַכט‪ ,‬און איך יאָג נאָך זבֿח און צלמונע די‬

                                                       ‫מלכים פֿון מדין‪.‬‬

‫‪ 6‬האָבן די האַרן פֿון סוכּות געזאָגט‪ :‬איז די האַנט פֿון זבֿחן און‬
   ‫צלמונען אַצונד אין ד ַײן פֿױסט‪ ,‬אַז מיר זאָלן געבן ד ַײן חיל ברױט?‬
   17   18   19   20   21   22   23   24   25   26   27