Page 24 - Shoftim
P. 24

‫שופֿטים‬

‫‪ 18‬און ער האָט געזאָגט צו זבֿחן און צלמונען‪ :‬װי אַזױ ז ַײנען געװען‬
‫די מענטשן װאָס איר האָט געהרגעט אין תּבֿור? האָבן זײ געזאָגט‪:‬‬
‫אַזױ װי דו‪ ,‬אַזױ זײ; אײן ]אָנבליק[; אַזױ װי די געשטאַלט פֿון בֵני‪-‬‬
‫מלכים‪ 19 .‬האָט ער געזאָגט‪ :‬מ ַײנע ברידער‪ ,‬די זין פֿון מ ַײן מוטער‪,‬‬
‫ז ַײנען דאָס געװען‪ .‬אַזױ װי גאָט לעבט‪ ,‬װען איר װאָלט זײ געלאָזט‬
‫לעבן‪ ,‬װאָלט איך א ַײך ניט געהרגעט! ‪ 20‬און ער האָט געזאָגט צו ֶי ֶתר‬
‫ז ַײן בכור‪ :‬שטײ אױֿף‪ ,‬הרגע זײ‪ .‬אָבער דער יונג האָט ניט‬
‫אַרױסגעצױגן ז ַײן שװערד‪ ,‬װאָרום ער האָט מורא געהאַט‪ ,‬װ ַײל ער‬
‫איז נאָך געװען יונג‪ 21 .‬האָט געזאָגט זבֿח און צלמונע‪ :‬שטײ דו אױֿף‬
‫און דערשלאָג אונדז‪ ,‬װאָרום װי דער מאַן‪ ,‬אַזױ ז ַײן גבֿורה‪ .‬איז גדעון‬
‫אױפֿגעשטאַנען‪ ,‬און האָט געהרגעט זבֿחן און צלמונען‪ .‬און ער האָט‬
‫אַראָפּגענומען די לבֿנהלעך װאָס אױֿף די העלדזער פֿון זײערע‬

                                                               ‫קעמלען‪.‬‬

‫‪ 22‬און די מענער פֿון ישׂראל האָבן געזאָגט צו גדעונען‪ :‬געװעלטיק‬
‫איבער אונדז‪ ,‬אי דו‪ ,‬אי ד ַײן זון‪ ,‬אי ד ַײן זונס זון‪ ,‬װאָרום דו האָסט‬
‫אונדז געהאָלפֿן פֿון דער האַנט פֿון מדין‪ 23 .‬האָט גדעון צו זײ‬
‫געזאָגט‪ :‬ניט איך װעל געװעלטיקן איבער א ַײך‪ ,‬און ניט מ ַײן זון װעט‬
‫געװעלטיקן איבער א ַײך; גאָט װעט געװעלטיקן איבער א ַײך‪ 24 .‬און‬
‫גדעון האָט צו זײ געזאָגט‪ :‬איך װעל בעטן פֿון א ַײך אַ בקשה‪ :‬גיט מיר‬
‫איטלעכער אַ נאָזרינג פֿון ז ַײן רױב‪ .‬װאָרום זײ האָבן געהאַט‬
‫גילדערנע נאָזרינגען‪ ,‬װ ַײל זײ ז ַײנען געװען ישמעאלים‪ 25 .‬האָבן זײ‬
‫געזאָגט‪ :‬אװדאי װעלן מיר געבן‪ .‬און זײ האָבן אױסגעשפּרײט אַ טוך‪,‬‬
‫און האָבן אַר ַײנגעװאָרפֿן אַהין איטלעכער אַ נאָזרינג פֿון ז ַײן רױב‪26 .‬‬
‫און די װאָג פֿון די גילדערנע נאָזרינגען װאָס ער האָט געבעטן‪ ,‬איז‬
‫געװען טױזנט און זיבן הונדערט ] ֶשקל[ גאָלד‪ ,‬אַחוץ די לבֿנהלעך‪ ,‬און‬
‫די אױרינגען‪ ,‬און די פּורפּלקלײדער װאָס אױֿף די מלכים פֿון מדין‪,‬‬
‫און אַחוץ די קײטלעך װאָס אױֿף די העלדזער פֿון זײערע קעמלען‪27 .‬‬
‫און גדעון האָט דערפֿון געמאַכט אַן אפֿוד‪ ,‬און האָט אים‬
‫אַװעקגעשטעלט אין ז ַײן שטאָט‪ ,‬אין עפֿרה‪ .‬און גאַנץ ישׂראל ז ַײנען‬
‫פֿאַרפֿירט געװען נאָך אים דאָרטן‪ ,‬און ער איז געװען גדעונען און ז ַײן‬

                                               ‫הױז פֿאַר אַ שטרױכלונג‪.‬‬

‫‪ 28‬און מדין איז אונטערטעניק געװאָרן פֿאַר די קינדער פֿון ישׂראל‪,‬‬
‫און זײ האָבן מער ניט אױפֿגעהױבן זײער קאָפּ; און דאָס לאַנד איז‬

                     ‫געװען רו ִיק פֿערציק יאָר אין די טעג פֿון גדעונען‪.‬‬
   19   20   21   22   23   24   25   26   27   28   29