Page 28 - Shoftim
P. 28

‫שופֿטים‬

‫דאָזיקע פֿאָלק אין מ ַײן האַנט‪ ,‬איך װאָלט שױן אָפּגעשאַפֿט אבֿימלכן‪.‬‬
  ‫און ער האָט געלאָזט זאָגן אבֿימלכן‪ :‬מער ד ַײן חיל‪ ,‬און קום אַרױס‪.‬‬

‫‪ 30‬און זבֿול דער האַר פֿון שטאָט האָט געהערט די װערטער פֿון געל‬
‫דעם זון פֿון עבֿדן‪ ,‬און ז ַײן צאָרן האָט געגרימט‪ 31 .‬און ער האָט‬
‫געשיקט שלוחים צו אבֿימלכן קײן תּרמה‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬זע‪ ,‬געל דער‬
‫זון פֿון עבֿדן און ז ַײנע ברידער ז ַײנען געקומען קײן ש ֶכם‪ ,‬און אָט‬
‫העצן זײ די שטאָט אױֿף דיר‪ 32 .‬און אַצונד‪ ,‬שטײ אױֿף ב ַײ נאַכט‪ ,‬דו‬
‫און דאָס פֿאָלק װאָס מיט דיר‪ ,‬און לױער אין פֿעלד‪ 33 .‬און עס װעט‬
‫ז ַײן אין דער פֿרי‪ ,‬װי די זון גײט אױֿף‪ ,‬אַזױ זאָלסטו דיך פֿעדערן‪ ,‬און‬
‫זיך אַ לאָז טאָן אױֿף דער שטאָט; און אָט װי ער און דאָס פֿאָלק װאָס‬
‫מיט אים גײען אַרױס צו דיר‪ ,‬אַזױ זאָלסטו טאָן צו אים װי ד ַײן‬

                                                     ‫האַנט װעט קענען‪.‬‬

‫‪ 34‬איז אױפֿגעשטאַנען אבֿימלך און דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס מיט‬
‫אים ב ַײ נאַכט‪ ,‬און זײ האָבן געלױערט אױֿף ש ֶכם אין פֿיר מחנות‪35 .‬‬
‫און װי געל דער זון פֿון עבֿדן איז אַרױסגעגאַנגען‪ ,‬און האָט זיך‬
‫געשטעלט אין א ַײנגאַנג פֿון שטאָטטױער‪ ,‬אַזױ איז אױפֿגעשטאַנען‬
‫אבֿימלך און דאָס פֿאָלק װאָס מיט אים‪ ,‬פֿון דער לױער‪ 36 .‬האָט געל‬
‫דערזען דאָס פֿאָלק‪ ,‬און ער האָט געזאָגט צו זבֿולן‪ :‬זע‪ ,‬פֿאָלק נידערט‬
‫אַראָפּ פֿון די שפּיצן בערג‪ .‬האָט זבֿול צו אים געזאָגט‪ :‬דעם שאָטן‬
‫פֿון די בערג זעסטו אַזױ װי מענטשן‪ 37 .‬האָט געל װידער גערעדט‬
‫און האָט געזאָגט‪ :‬זע‪ ,‬פֿאָלק נידערט אַראָפּ פֿון דעם נאָפּל פֿון לאַנד‪,‬‬
‫און אײן מחנה קומט פֿון דעם װעג פֿון‬
‫אלון‪-‬מעוננים‪ 38 .‬האָט זבֿול צו אים געזאָגט‪ :‬ה ַײנט אַװוּ איז ד ַײן‬
‫מױל װען דו האָסט געזאָגט‪ :‬װער איז אבֿימלך‪ ,‬אַז מיר זאָלן אים‬
‫דינען? איז דאָס ניט דאָס פֿאָלק װאָס דו האָסט עס פֿאַראַכט? גײ‬

                ‫אַדרבה אַרױס אַצונד‪ ,‬און האַלט מלחמה אַקעגן אים‪.‬‬

‫‪ 39‬איז געל אַרױסגעגאַנגען פֿאַרױס פֿאַר די מענער פֿון ש ֶכם‪ ,‬און ער‬
‫האָט מלחמה געהאַלטן אַקעגן אבֿימלכן‪ 40 .‬און אבֿימלך האָט אים‬
‫נאָכגעיאָגט‪ ,‬און ער איז פֿון אים אַנטלאָפֿן; און עס ז ַײנען געפֿאַלן‬

                       ‫פֿיל דערשלאָגענע ביז צום א ַײנגאַנג פֿון טױער‪.‬‬

‫‪ 41‬און אבֿימלך איז געבליבן אין אַרומה; און זבֿול האָט פֿאַרטריבן‬
                             ‫געלן און ז ַײנע ברידער פֿון זיצן אין ש ֶכם‪.‬‬
   23   24   25   26   27   28   29   30   31   32   33