Page 29 - Shoftim
P. 29

‫שופֿטים‬

‫‪ 42‬און עס איז געװען אױֿף מאָרגן‪ ,‬איז דאָס פֿאָלק‬
‫אַרױסגעגאַנגען אין פֿעלד‪ ,‬און מע האָט אָנגעזאָגט אבֿימלכן‪ 43 .‬האָט‬
‫ער גענומען דאָס פֿאָלק‪ ,‬און האָט זײ צעטײלט אין דר ַײ מחנות; און‬
‫ער האָט געלױערט אין פֿעלד‪ .‬האָט ער דערזען‪ ,‬ערשט דאָס פֿאָלק‬
‫גײט אַרױס פֿון שטאָט‪ ,‬און ער איז אױפֿגעשטאַנען אױֿף זײ‪ ,‬און האָט‬
‫זײ געשלאָגן‪ 44 .‬און אבֿימלך און די מחנות װאָס מיט אים האָבן זיך‬
‫אַ לאָז געטאָן‪ ,‬און האָבן זיך געשטעלט ב ַײם א ַײנגאַנג פֿון‬
‫שטאָטטױער; און די צװײ מחנות האָבן זיך אַ לאָז געטאָן אױֿף אַלע‬
‫װאָס אין פֿעלד‪ ,‬און האָבן זײ געשלאָגן‪ 45 .‬און אבֿימלך האָט מלחמה‬
‫געהאַלטן אױֿף דער שטאָט יענעם גאַנצן טאָג‪ ,‬און האָט באַצװוּנגען‬
‫די שטאָט‪ ,‬און דאָס פֿאָלק װאָס איז אין איר האָט ער געהרגעט; און‬

    ‫ער האָט א ַײנגעװאָרפֿן די שטאָט‪ ,‬און האָט זי פֿאַרזײט מיט זאַלץ‪.‬‬

‫‪ 46‬האָבן דערהערט אַלע מענער פֿון מגדל‪-‬ש ֶכם‪ ,‬און זײ ז ַײנען‬
‫אַר ַײנגעגאַנגען אין טורעם פֿון דעם הױז פֿון ֵאל‪-‬ברית‪ 47 .‬איז‬
‫אָנגעזאָגט געװאָרן אבֿימלכן‪ ,‬אַז אַלע מענער פֿון מגדל‪-‬ש ֶכם האָבן‬
‫זיך צונױפֿגעקליבן‪ 48 .‬און אבֿימלך איז אַרױפֿגעגאַנגען אױפֿן באַרג‬
‫צלמון‪ ,‬ער און דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס מיט אים‪ ,‬און אבֿימלך האָט‬
‫גענומען אַ האַק אין ז ַײן האַנט‪ ,‬און האָט אָפּגעהאַקט אַ צװ ַײג פֿון די‬
‫בײמער‪ ,‬און האָט אים גענומען און אַרױפֿגעטאָן אױֿף ז ַײן אַקסל; און‬
‫ער האָט געזאָגט צו דעם פֿאָלק װאָס מיט אים‪ :‬װאָס איר האָט געזען‬
‫מיך טאָן‪ ,‬א ַײלט‪ ,‬טוט אַזױ װי איך‪ 49 .‬האָט אױך דאָס גאַנצע פֿאָלק‬
‫אָפּגעהאַקט איטלעכער ז ַײן צװ ַײג; און זײ ז ַײנען געגאַנגען נאָך‬
‫אבֿימלכן‪ ,‬און האָבן עס אָנגעלײגט אַרום דעם טורעם‪ ,‬און‬
‫אָנגעצונדן אױֿף זײ דעם טורעם אין פֿ ַײער; און אױך אַלע מענטשן‬
 ‫פֿון מגדל‪-‬ש ֶכם ז ַײנען אומגעקומען‪ ,‬אַרום טױזנט מענער און פֿרױען‪.‬‬

‫‪ 50‬און אבֿימלך איז געגאַנגען קײן תּבֿץ‪ ,‬און ער האָט געלעגערט אױֿף‬
‫תּבֿץ‪ ,‬און האָט זי באַצװוּנגען‪ 51 .‬אָבער אַ שטאַרקער טורעם איז‬
‫געװען אין מיטן שטאָט‪ ,‬ז ַײנען אַהין אַנטלאָפֿן אַלע מענער און‬
‫פֿרױען‪ ,‬אַלע מענטשן פֿון שטאָט‪ ,‬און זײ האָבן זיך א ַײנגעשלאָסן‪ ,‬און‬
‫ז ַײנען אַרױפֿגעגאַנגען אױפֿן דאַך פֿון טורעם‪ 52 .‬איז אבֿימלך‬
‫צוגעקומען ביזן טורעם‪ ,‬און האָט מלחמה געהאַלטן אױֿף אים‪ ,‬און‬
‫ער האָט גענענט ביזן א ַײנגאַנג פֿון טורעם‪ ,‬כּדי אים צו פֿאַרברענען‬
‫אין פֿ ַײער‪ 53 .‬האָט אַ פֿרױ אַראָפּגעװאָרפֿן אַן אױבערשטן מילשטײן‬
‫אױֿף אבֿימלכס קאָפּ‪ ,‬און האָט אים צעבראָכן דעם שאַרבן‪ 54 .‬האָט‬
   24   25   26   27   28   29   30   31   32   33   34