Page 26 - Shoftim
P. 26
שופֿטים
יותם ,דער י ִינגסטער זון פֿון ירובעלן איז געבליבן ,װ ַײל ער האָט זיך
באַהאַלטן.
6און אַלע מענער פֿון ש ֶכם און גאַנץ ֵבית-מלוא האָבן זיך
א ַײנגעזאַמלט ,און זײ ז ַײנען געגאַנגען ,און האָבן געמאַכט אבֿימלכן
פֿאַר אַ מלך ב ַײם א ַײכנבױם פֿון דעם ז ַײלשטײן װאָס אין ש ֶכם.
7האָט מען אָנגעזאָגט יותמען ,און ער איז געגאַנגען ,און האָט זיך
געשטעלט אױפֿן שפּיץ באַרג גרזים ,און ער האָט אױפֿגעהױבן ז ַײן
ָקול און גערופֿן ,און האָט זײ געזאָגט :הערט מיר צו ,מענער פֿון
ש ֶכם ,און גאָט װעט א ַײך צוהערן 8 :געגאַנגען ז ַײנען געגאַנגען די
בײמער צו זאַלבן אַ מלך איבער זיך ,און זײ האָבן געזאָגט צום
אײלבערטבױם :קיניג איבער אונדז 9 .האָט דער אײלבערטבױם צו
זײ געזאָגט :זאָל איך אױפֿגעבן מ ַײן פֿעטקײט ,װאָס מיט איר טוט
מען כּבֿוד גאָט און ל ַײט ,און גײן זיך װיגן איבער די בײמער? 10
האָבן די בײמער געזאָגט צום פֿ ַײגנבױם :קום דו ,קיניג איבער אונדז.
11האָט דער פֿ ַײגנבױם צו זײ געזאָגט :זאָל איך אױפֿגעבן
מ ַײן זיסקײט און מ ַײן גוטע פֿרוכט ,און גײן זיך װיגן איבער די
בײמער? 12האָבן די בײמער געזאָגט צום װ ַײנשטאָק :קום דו ,קיניג
איבער אונדז 13 .האָט דער װ ַײנשטאָק צו זײ געזאָגט :זאָל איך
אױפֿגעבן מ ַײן װ ַײן װאָס דערפֿרײט גאָט און ל ַײט ,און גײן זיך װיגן
איבער די בײמער? 14האָבן אַלע בײמער געזאָגט צום דאָרן:
קום דו ,קיניג איבער אונדז 15 .האָט דער דאָרן געזאָגט צו די
בײמער :אױב איר װילט מיך אין דער אמת זאַלבן פֿאַר אַ מלך
איבער א ַײך ,קומט און שיצט א ַײך אין מ ַײן שאָטן; און אױב ניט,
זאָל אַרױסגײן אַ פֿ ַײער פֿון דעם דאָרן ,און פֿאַרצערן די צעדערן פֿון
לבֿנון.
16און אַצונד ,אױב איר האָט זיך מיט אמת און מיט ערלעכקײט
באַגאַנגען ,װאָס איר האָט געמאַכט אבֿימלכן פֿאַר אַ מלך ,און אױב
איר האָט געטאָן גוטס מיט ירובעלן און מיט ז ַײן הױז ,און אױב איר
האָט אים געטאָן לױט דעם פֿאַרדינסט פֿון ז ַײנע הענט – 17װאָרום
מ ַײן פֿאָטער האָט מלחמה געהאַלטן פֿאַר א ַײך ,און האָט
אַװעקגעװאָרפֿן ז ַײן לעבן ,און א ַײך מציל געװען פֿון דער האַנט פֿון
מדין; 18און איר ז ַײט ה ַײנט אױפֿגעשטאַנען אױֿף מ ַײן פֿאָטערס הױז,