Page 25 - Shoftim
P. 25
שופֿטים
29און ירובעל דער זון פֿון יואשן איז אַװעקגעגאַנגען; און ער איז
געזעסן אין ז ַײן הױז 30 .און גדעון האָט געהאַט זיבעציק זין װאָס
ז ַײנען אַרױס פֿון ז ַײן דיך ,װאָרום ער האָט געהאַט אַ סך װ ַײבער31 .
און ז ַײן קעפּסװ ַײב װאָס אין ש ֶכם ,זי אױך האָט אים געבאָרן אַ זון,
און ער האָט גערופֿן ז ַײן נאָמען אבֿימלך 32 .און גדעון דער זון פֿון
יואשן איז געשטאָרבן אין אַ גוטער עלטער ,און איז באַגראָבן
געװאָרן אין דעם קבֿר פֿון ז ַײן פֿאָטער יואשן אין עפֿרה פֿון די
אבֿיעזרער.
33און עס איז געװען ,װי גדעון איז געשטאָרבן ,אַזױ ז ַײנען די
קינדער פֿון ישׂראל װידער פֿאַרפֿירט געװאָרן נאָך די ַב ַעל-געטער ,און
זײ האָבן זיך געמאַכט ַב ַעל-ברית פֿאַר אַ גאָט 34 .און די קינדער פֿון
ישׂראל האָבן ניט געדאַכט אָן יהוה זײער גאָט װאָס האָט זײ מציל
געװען פֿון דער האַנט פֿון אַלע זײערע פֿ ַײנט פֿון רונד אַרום 35 .און
זײ האָבן ניט געטאָן חסד מיט דעם הױז פֿון ירובעל-גדעונען ,לױט
אַלעם גוטן װאָס ער האָט געטאָן מיט ישׂראל.
1און אבֿימלך דער זון פֿון ירובעלן איז געגאַנגען קײן ש ֶכם צו
ז ַײן מוטערס ברידער ,און ער האָט גערעדט צו זײ ,און צו דערט
גאַנצער משפּחה פֿון דעם הױז פֿון ז ַײן מוטערס פֿאָטער ,אַזױ צו
זאָגן 2 :רעד ,איך בעט א ַײך ,אין די אױערן פֿון אַלע מענער פֿון ש ֶכם:
װאָס איז א ַײך בעסער ,צי איבער א ַײך זאָלן געװעלטיקן זיבעציק
מאַן ,אַלע זין פֿון ירובעלן ,אָדער איבער א ַײך זאָל געװעלטיקן אײן
מאַן? אױך דאַרפֿט איר געדענקען ,אַז א ַײער בײן און א ַײער פֿלײש
בין איך.
3האָבן ז ַײן מוטערס ברידער גערעדט פֿון ז ַײנעטװעגן אין די אױערן
פֿון אַלע מענער פֿון ש ֶכם אַלע די דאָזיקע װערטער ,און זײער האַרץ
האָט זיך גענ ַײגט נאָך אבֿימלכן ,װאָרום זײ האָבן געזאָגט :אונדזערער
אַ ברודער איז ער 4 .און זײ האָבן אים געגעבן זיבעציק זילבערשטיק
פֿון דעם הױז פֿון ַב ַעל-ברית ,און אבֿימלך האָט דערמיט אָנגעדונגען
נישטיקע און לױזע ל ַײט ,און זײ ז ַײנען געגאַנגען נאָך אים 5 .און ער
איז געקומען אין ז ַײן פֿאָטערס הױז אין עפֿרה ,און האָט געהרגעט
ז ַײנע ברידער ,די זין פֿון ירובעלן ,זיבעציק מאַן ,אױֿף אײן שטײן; נאָר