Page 21 - Shoftim
P. 21

‫שופֿטים‬

‫פֿילקײט‪ ,‬און צו זײערע קעמלען איז ניט געװען קײן צאָל‪ ,‬אַזױ װי‬
‫דער זאַמד װאָס אױפֿן ברעג פֿון ים אין פֿילקײט‪ 13 .‬און װי גדעון איז‬
‫אָנגעקומען‪ ,‬ערשט אַ מאַן דערצײלט ז ַײן חבֿר אַ חלום‪ ,‬און זאָגט‪ :‬זע‪,‬‬
‫מיר האָט זיך געחלומט אַ חלום‪ :‬ערשט אַ קוכן פֿון גערשטענעם‬
‫ברױט ק ַײקלט זיך אין לאַגער פֿון מדין‪ ,‬און ער איז געקומען ביזן‬
‫געצעלט‪ ,‬און האָט עס אַ קלאַפּ געטאָן‪ ,‬און עס איז אומגעפֿאַלן‪ ,‬און‬
‫ער האָט עס אומגעקערט קאַפּױר‪ ,‬ביז דאָס געצעלט איז געבליבן‬
‫ליגן‪ 14 .‬האָט זיך אָפּגערופֿן ז ַײן חבֿר און האָט געזאָגט‪ :‬דאָס איז ניט‬
‫אַנדערש װי די שװערד פֿון גדעון דעם זון פֿון יואשן‪ ,‬אַ מאַן פֿון‬

       ‫ישׂראל‪ .‬גאָט האָט געגעבן אין ז ַײן האַנט מדין מיטן גאַנצן חיל‪.‬‬

‫‪ 15‬און עס איז געװען‪ ,‬װי גדעון האָט געהערט די דערצײלונג פֿון‬
‫דעם חלום און ז ַײן באַשײד‪ ,‬אַזױ האָט ער זיך געבוקט; און ער האָט‬
‫זיך אומגעקערט אין לאַגער פֿון ישׂראל און האָט געזאָגט‪ :‬שטײט‬
‫אױֿף‪ ,‬װאָרום גאָט האָט געגעבן אין א ַײער האַנט דעם חיל פֿון מדין‪.‬‬
‫‪ 16‬און ער האָט צעטײלט די דר ַײ הונדערט מאַן אין דר ַײ מחנות‪ ,‬און‬
‫האָט זײ אַלעמען געגעבן שופֿרות אין דער האַנט‪ ,‬און לײדיקע קריג‪,‬‬
‫און בראַנדהעלצער אין די קריג‪ 17 .‬און ער האָט צו זײ געזאָגט‪ :‬איר‬
‫זאָלט קוקן אױֿף מיר‪ ,‬און טאָן דעסט גל ַײכן; און אָט קוק איך אין עק‬
‫לאַגער‪ ,‬איז‪ ,‬װי איך װעל טאָן‪ ,‬אַזױ זאָלט איר טאָן‪ 18 .‬און אַז איך‬
‫װעל בלאָזן אין שופֿר‪ ,‬איך און אַלע װאָס מיט מיר‪ ,‬זאָלט איר אױך‬
‫בלאָזן אין די שופֿרות רונד אַרום דעם גאַנצן לאַגער‪ ,‬און איר זאָלט‬

                                     ‫זאָגן‪ :‬פֿאַר גאָט און פֿאַר גדעונען!‬

‫‪ 19‬און גדעון און די הונדערט מאַן װאָס מיט אים ז ַײנען געקומען אין‬
‫עק לאַגער ב ַײם אָנהײב פֿון דער מיטלסטער נאַכטװאַך; מע האָט נאָר‬
‫װאָס געהאַט אױפֿגעשטעלט די װעכטער; און זײ האָבן געבלאָזן אין‬
‫די שופֿרות‪ ,‬און האָבן צעהאַקט די קריג װאָס אין זײער האַנט‪20 .‬‬
‫און די דר ַײ מחנות האָבן געבלאָזן אין די שופֿרות‪ ,‬און האָבן‬
‫צעבראָכן די קריג; און זײ האָבן געהאַלטן אין זײער לינקער האַנט די‬
‫בראַנדהעלצער‪ ,‬און אין זײער רעכטער האַנט די שופֿרות צום בלאָזן;‬
‫און זײ האָבן אױסגערופֿן‪:‬אַ שװערד פֿאַר גאָט און פֿאַר גדעונען! ‪21‬‬
‫און זײ ז ַײנען געשטאַנען איטלעכער אױֿף ז ַײן אָרט רונד אַרום‬
‫לאַגער; און דער גאַנצער לאַגער האָט גענומען לױפֿען; און זײ האָבן‬
‫אַרױסגעלאָזט אַ געשרײ און ז ַײנען אַנטרונען‪ 22 .‬און זײ האָבן‬
‫געבלאָזן די דר ַײ הונדערט שופֿרות‪ ,‬און גאָט האָט געמאַכט די‬
   16   17   18   19   20   21   22   23   24   25   26