Page 34 - Shoftim
P. 34
שופֿטים
געזינדיקט ,און דו טוסט מיט מיר בײז ,מלחמה צו האַלטן אױֿף מיר.
זאָל גאָט דער משפּטער משפּטן ה ַײנט צװישן די קינדער פֿון ישׂראל
און צװישן די קינדער פֿון עמון.
28אָבער דער מלך פֿון די קינדער פֿון עמון האָט ניט צוגעהערט צו
די װערטער פֿון יפֿתּחן ,װאָס ער האָט צו אים געשיקט 29 .און אַ
ג ַײסט פֿון גאָט איז געװען אױֿף יפֿתּחן ,און ער איז דורכגעגאַנגען
גלעד און מנשה ,און דורכגעגאַנגען ִמצפּה-גלעד ,און פֿון ִמצפּה-גלעד
איז ער אַריבער צו די קינדער פֿון עמון.
30און יפֿתּח האָט אַ נדר געטאָן צו גאָט ,און האָט געזאָגט :אױב
געבן װעסטו געבן די קינדער פֿון עמון אין מ ַײן האַנט 31 ,איז ,דער
אַרױסגײער װאָס װעט אַרױסגײן פֿון די טירן פֿון מ ַײן הױז מיר
אַנטקעגן ,װען איך קער זיך אום בשלום פֿון די קינדער פֿון עמון ,זאָל
געהערן צו גאָט ,און איך װעל אים אױפֿברענגען פֿאַר אַ
בראַנדאָפּפֿער.
32און יפֿתּח איז אַריבער צו די קינדער פֿון עמון ,מלחמה צו האַלטן
מיט זײ ,און גאָט האָט זײ געגעבן אין ז ַײן האַנט 33 .און ער האָט זײ
געשלאָגן פֿון ערוער און ביז דו קומסט קײן מנית ,צװאַנציק שטעט,
און ביז אָבֿל-כּרמים ,זײער אַ גרױסן שלאַק .און די קינדער פֿון עמון
ז ַײנען אונטערטעניק געװאָרן פֿאַר די קינדער פֿון ישׂראל.
34און װי יפֿתּח איז אָנגעקומען קײן ִמצפּה צו ז ַײן הױז ,ערשט ז ַײן
טאָכטער גײט אַרױס אים אַנטקעגן מיט פּױקן און מיט טענץ; און זי
איז געװען בלױז אַן אײנײנציקע ,ער האָט אַחוץ איר ניט געהאַט קײן
זון און קײן טאָכטער 35 .און עס איז געװען ,װי ער האָט זי דערזען,
אַזױ האָט ער צעריסן ז ַײנע קלײדער ,און האָט געזאָגט :װײ ,מ ַײן
טאָכטער ,בײגן אַנידערגעבױגן האָסטו מיך ,און דו ביסט פֿון מ ַײנע
פֿאַראומגליקער געװאָרן; װאָרום איך האָב געעפֿטנט מ ַײן מױל צו
גאָט ,און קען ניט צוריקצ ִיען 36 .האָט זי צו אים געזאָגט :פֿאָטער
מ ַײנער ,האָסט געעפֿנט ד ַײן מױל צו גאָט; טו צו מיר ,אַזױ װי עס איז
אַרױס פֿון ד ַײן מױל ,נאָך דעם אַז גאָט האָט דיר געגעבן אַ נקמה אָן
ד ַײנע פֿ ַײנט ,אָן די קינדער פֿון עמון 37 .און זי האָט געזאָגט צו איר
פֿאָטער :זאָל מיר געטאָן װערן די דאָזיקע זאַך :לאָז מיך אָפּ אױֿף
צװײ חדשים :און איך װעל גײן און װעל נידערן אױֿף די בערג ,און