Page 33 - Shoftim
P. 33

‫שופֿטים‬

‫‪ 14‬האָט יפֿתּח װידער געשיקט שלוחים צו דעם מלך פֿון די קינדער‬
‫פֿון עמון‪ 15 ,‬און האָט צו אים געזאָגט‪ :‬אַזױ האָט געזאָגט יפֿתּח‪:‬‬
‫ישׂראל האָט ניט צוגענומען דאָס לאַנד פֿון מואבֿ‪ ,‬אָדער דאָס לאַנד‬
‫פֿון די קינדער פֿון עמון‪ 16 .‬נ ַײערט אַז זײ ז ַײנען אַרױפֿגעגאַנגען פֿון‬
‫מצרים‪ ,‬און ישׂראל איז געגאַנגען דורכן מדבר ביזן ים‪-‬סוֿף‪ ,‬און איז‬
‫אָנגעקומען קײן קדש‪ 17 ,‬האָט ישׂראל געשיקט שלוחים צו דעם מלך‬
‫פֿון אדום‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬לאָמיך‪ ,‬איך בעט דיך‪ ,‬דורכגײן דורך ד ַײן‬
‫לאַנד‪ .‬אָבער דער מלך פֿון אדום האָט ניט צוגעהערט‪ .‬און אױך צו‬
‫דעם מלך פֿון מואבֿ האָט ער געשיקט‪ ,‬אָבער ער האָט ניט‬
‫א ַײנגעװיליקט; און ישׂראל איז געבליבן אין קדש‪ 18 .‬און ער איז‬
‫געגאַנגען דורכן מדבר‪ ,‬און האָט געצױגן אַרום לאַנד אדום‪ ,‬און אַרום‬
‫לאַנד מואבֿ‪ ,‬און ער איז געקומען פֿון מזרח‪-‬ז ַײט פֿון לאַנד מואבֿ‪ .‬און‬
‫זײ האָבן גערוט אױֿף יענער ז ַײט אַרנון‪ ,‬און ז ַײנען ניט געקומען אין‬
‫דעם געמאַרק פֿון מואבֿ‪ ,‬װאָרום אַרנון איז דער געמאַרק פֿון מואבֿ‪.‬‬
‫‪ 19‬און ישׂראל האָט געשיקט שלוחים צו סיחון דעם מלך פֿון ֶאמורי‪,‬‬
‫דעם מלך פֿון חשבון‪ ,‬און ישׂראל האָט צו אים געזאָגט‪ :‬לאָז אונדז‪,‬‬
‫איך בעט דיך‪ ,‬דורכגײן דורך ד ַײן לאַנד צו מ ַײן אָרט‪ 20 .‬אָבער סיחון‬
‫האָט ניט געטרױט ישׂראל דורכצוגײן דורך ז ַײן געמאַרק‪ ,‬און סיחון‬
‫האָט א ַײנגעזאַמלט ז ַײן גאַנץ פֿאָלק‪ ,‬און זײ האָבן געלאַגערט אין‬
‫יהצה‪ ,‬און ער האָט מלחמה געהאַלטן מיט ישׂראל‪ 21 .‬און יהוה דער‬
‫גאָט פֿון ישׂראל האָט געגעבן סיחונען און ז ַײן גאַנץ פֿאָלק אין דער‬
‫האַנט פֿון ישׂראל‪ ,‬און זײ האָבן זײ געשלאָגן‪ ,‬און ישׂראל האָט‬
‫א ַײנגענומען דאָס גאַנצע לאַנד פֿון ֶאמורי‪ ,‬דעם באַװױנער פֿון יענעם‬
‫לאַנד‪ 22 .‬און זײ האָבן א ַײנגענומען דעם גאַנצן געמאַרק פֿון ֶאמורי‪,‬‬
‫פֿון אַרנון און ביזן יבוק‪ ,‬און פֿון מדבר און ביזן ירדן‪.‬‬
‫‪ 23‬און אַצונד‪ ,‬יהוה דער גאָט פֿון ישׂראל האָט פֿאַרטריבן דעם ֶאמורי‬
‫פֿון פֿאַר ז ַײן פֿאָלק ישׂראל‪ ,‬און דו װילסט אים ירשען? ‪ 24‬ירשעסטו‬
‫ניט דאָס װאָס כּמוש ד ַײן גאָט גיט דיר צו ירשען? און אַלע װאָס‬
‫יהוה אונדזער גאָט האָט פֿאַרטריבן פֿון פֿאַר אונדז‪ ,‬זײ װעלן מיר‬
‫ירשען‪ 25 .‬און אַצונד‪ ,‬ביסט דו דען עפּעס בעסער פֿון בלק דעם זון‬
‫פֿון צפּורן‪ ,‬דעם מלך פֿון מואבֿ? האָט ער דען שטר ַײטן געשטריטן‬
‫מיט ישׂראל? צי האָט ער מלחמה אױֿף זײ מלחמה געהאַלטן? ‪ 26‬אַז‬
‫ישׂראל איז געזעסן אין חשבון און אין אירע טעכטערשטעט‪ ,‬און אין‬
‫ערעור און אין אירע טעכטערשטעט‪ ,‬און אין אַלע שטעט װאָס ב ַײ‬
‫די ז ַײטן פֿון אַרנון‪ ,‬דר ַײ הונדערט יאָר‪ ,‬טאָ פֿאַר װאָס האָט איר זײ‬
‫ניט אָפּגענומען אין יענער צ ַײט? ‪ 27‬האָב איך דאָך אַקעגן דיר ניט‬
   28   29   30   31   32   33   34   35   36   37   38