Page 35 - Shoftim
P. 35

‫שופֿטים‬

‫װעל װײנען אױֿף מ ַײן יונגפֿרױשאַפֿט‪ ,‬איך און מ ַײנע חבֿרטעס‪38 .‬‬
‫האָט ער געזאָגט‪ :‬גײ‪ .‬און ער האָט זי אַװעקגעשיקט אױֿף צװײ‬
‫חדשים‪ ,‬און זי איז געגאַנגען‪ ,‬זי און אירע חבֿרטעס‪ ,‬און האָט‬
‫געװײנט אױֿף איר יונגפֿרױשאַפֿט‪ ,‬אױֿף די בערג‪ 39 .‬און עס איז‬
‫געװען צום ָסוֿף פֿון צװײ חדשים‪ ,‬האָט זי זיך אומגעקערט צו איר‬
‫פֿאָטער‪ ,‬און ער האָט געטאָן צו איר ז ַײן נדר װאָס ער האָט אַ נדר‬

                        ‫געטאָן‪ .‬און זי האָט פֿון קײן מאַן ניט געװוּסט‪.‬‬

‫און עס איז געװאָרן אַ מנהג אין ישׂראל‪ 40 :‬פֿון יאָר צו יאָר גײען די‬
‫טעכטער פֿון ישׂראל קלאָגן אױֿף דער טאָכטער פֿון יפֿתּח דעם‬

                                             ‫גלעדער פֿיר טעג אין יאָר‪.‬‬

‫‪ 1‬און די מענער פֿון אפֿרים האָבן זיך א ַײנגעזאַמלט‪ ,‬און זײ‬

‫ז ַײנען אַריבער קײן צפֿון‪ ,‬און האָבן געזאָגט צו יפֿתּחן‪ :‬פֿאַריב‬

‫װאָס ביסטו אַריבערגעגאַנגען מלחמה צו האַלטן מיט די קינדער פֿון‬
‫עמון‪ ,‬און אונדז האָסטו ניט גערופֿן צו גײן מיט דיר? ד ַײן הױז װעלן‬
‫מיר פֿאַרברענען איבער דיר אין פֿ ַײער‪ 2 .‬האָט יפֿתּח צו זײ געזאָגט‪:‬‬
‫אין גרױס שטר ַײט בין איך געװען‪ ,‬איך און מ ַײן פֿאָלק‪ ,‬מיט די‬
‫קינדער פֿון עמון‪ ,‬און איך האָב א ַײך גערופֿן‪ ,‬און איר האָט מיך ניט‬
‫געהאָלפֿן פֿון זײער האַנט‪ 3 .‬האָב איך געזען אַז איר העלפֿט ניט‪ ,‬און‬
‫איך האָב גענומען מ ַײן לעבן אין מ ַײן האַנט‪ ,‬און בין אַריבער צו די‬
‫קינדער פֿון עמון‪ ,‬און גאָט האָט זײ געגעבן אין מ ַײן האַנט; און פֿאַר‬
‫װאָס ז ַײט איר אַרױפֿגעקומען צו מיר ה ַײנטיקן טאָג מלחמה צו‬

                                                      ‫האַלטן מיט מיר?‬

‫‪ 4‬און יפֿתּח האָט א ַײנגעזאַמלט אַלע מענער פֿון גלעד‪ ,‬און האָט‬
‫מלחמה געהאַלטן מיט אפֿרים‪ ,‬און די מענער פֿון גלעד האָבן‬
‫געשלאָגן אפֿרים‪ ,‬װ ַײל זײ האָבן געזאָגט‪ :‬אױסװוּרפֿן פֿון אפֿרים ז ַײט‬
‫איר‪ ,‬גלעד‪ ,‬צװישן אפֿרים‪ ,‬צװישן מנשה‪ 5 .‬און גלעד האָט פֿאַרכאַפּט‬
‫די איבערפֿאָרן פֿון ירדן פֿאַר אפֿרים‪ ,‬און עס איז געװען‪ ,‬אַז אַן‬
‫אַנטרונענער פֿון אפֿרים האָט געזאָגט‪ :‬איך װיל אַריבערגײן‪ ,‬אַזױ‬
‫האָבן די מענער פֿון גלעד צו אים געזאָגט‪ :‬ביסטו אַן אפֿרימער? און‬
‫אַז ער האָט געזאָגט‪ :‬נײן‪ 6 ,‬האָבן זײ צו אים געזאָגט‪ :‬זאָג אַקאָרשט‬
   30   31   32   33   34   35   36   37   38   39   40