Page 13 - Shoftim
P. 13

‫שופֿטים‬

                               ‫און איר װאָס גײט אױפֿן װעג‪,‬‬
                                               ‫רעדט דערפֿון!‬

                       ‫‪ 11‬מער װי ליאַרעם פֿון פֿ ַײלשיסערס‬
                               ‫איז צװישן די שעפּקאָריטעס;‬

           ‫דאָרטן דערצײלט מען די גערעכטיקײט פֿון גאָט‪,‬‬
          ‫די גערעכטיקײט פֿון ז ַײן פֿירערשאַפֿט אין ישׂראל‪.‬‬

                                   ‫דענצמאָל האָט גענידערט‬
                                  ‫גאָטס פֿאָלק צו די טױערן‪.‬‬

                      ‫‪ 12‬דערװעק דיך‪ ,‬דערװעק דיך‪ ,‬דבֿורה‪,‬‬
                   ‫דערװעק דיך‪ ,‬דערװעק דיך‪ ,‬רעד געזאַנג!‬

                                             ‫שטײ אױֿף‪ ,‬ברק‪,‬‬
                    ‫און פֿאַנג ד ַײן געפֿאַנג‪ ,‬זון פֿון אבֿינועם!‬
‫‪ 13‬דענצמאָל האָט ער אַן איבערבל ַײב געמאַכט געװעלטיקן‬

                                  ‫איבער אַ מאַכטיקן פֿאָלק;‬
                         ‫גאָט האָט מיך געמאַכט געװעלטיקן‬

                                           ‫איבער די גבורים‪.‬‬

‫‪ 14‬פֿון אפֿרים ז ַײנען געקומען די װאָס װאָרצלען אין ע ָמלק‪,‬‬
                         ‫נאָך דיר‪ ,‬בנימין‪ ,‬מיט ד ַײנע מחנות;‬
                        ‫פֿון ָמכיר האָבן הערשער גענידערט‪,‬‬

           ‫און פֿון זבֿולון די װאָס טראָגן אַ שר ַײבערשטאָק‪.‬‬
                   ‫‪ 15‬און די האַרן אין ישׂשׂכר מיט דבֿורהן;‬
                                          ‫און ישׂשׂכר װי ברק‬
                   ‫האָט געלאָזט זיך אין טאָל‪ ,‬הינטער אים‪.‬‬
                                       ‫ב ַײ די טײלן פֿון ראובֿן‬
                           ‫איז דער איבערלײג געװען גרױס‪.‬‬

           ‫‪ 16‬װאָס ביסטו געזעסן צװישן די שאָפֿגעהעפֿטן‪,‬‬
                          ‫צו הערן דאָס מעקן פֿון סטאַדעס?‬
                                       ‫ב ַײ די טײלן פֿון ראובֿן‬
                         ‫איז דער איבערקלער געװען גרױס‪.‬‬

                 ‫‪ 17‬גלעד האָט אױֿף יענער ז ַײט ירדן גערוט;‬
                       ‫און דן פֿאַר װאָס װ ַײלט ב ַײ די שיפֿן?‬
   8   9   10   11   12   13   14   15   16   17   18