Page 8 - Shoftim
P. 8
שופֿטים
אַרױסגעגאַנגען אױֿף מלחמה ,און גאָט האָט געגעבן אין ז ַײן האַנט
כּושןִ -רשע ַתים דעם מלך פֿון אַרם ,און ז ַײן האַנט איז געװען שטאַרק
אױֿף כּושןִ -רשע ַתימען 11 .און דאָס לאַנד איז געװען רוִיק פֿערציק
יאָר .און ָעתניאל דער זון פֿון קַנזן איז געשטאָרבן 12 .און די קינדער
פֿון ישׂראל האָבן װידער געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון
גאָט ,און גאָט האָט געשטאַרקט עגלון ,דעם מלך פֿון מואבֿ איבער
ישׂראל ,װ ַײל זײ האָבן געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון גאָט.
13און ער האָט א ַײנגעזאַמלט צו זיך די קינדער פֿון עמון און עמלק,
און איז געגאַנגען און האָט געשלאָגן ישׂראל; און זײ האָבן
א ַײנגענומען די שטאָט פֿון טײטלבײמער 14 .און די קינדער פֿון
ישׂראל האָבן געדינט עגלון דעם מלך פֿון מואבֿ אַכצן יאָר 15 .האָבן
די קינדער פֿון ישׂראל געשריען צו גאָט ,און גאָט האָט זײ
אױפֿגעשטעלט אַ העלפֿער אהוד דעם זון פֿון ֵגראן ,אַ בנימינער ,אַ
מאַן אַ געלינקטן .און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן געשיקט דורך ז ַײן
האַנט אַ מתּנה צו עגלון דעם מלך פֿון מואבֿ 16 .האָט אהוד זיך
געמאַכט אַ שװערד װאָס האָט געהאַט צװײ שאַרפֿן ,אַן אײל די לענג;
און ער האָט זי אָנגעגורט אונטער ז ַײנע קלײדער אױֿף ז ַײן רעכטן
דיך 17 .און ער האָט גענענט די מתּנה צו עגלון דעם מלך פֿון מואבֿ–
און עגלון איז געװען זײער אַ פֿעטער מענטש 18 .און עס איז געװען,
װי ער האָט געענדיקט גענענען די מתּנה ,אַזױ האָט ער אַרױסבאַלײט
די מענטשן װאָס האָבן געטראָגן די מתּנה 19 .און ער אַלײן האָט זיך
אומגעקערט פֿון די שטײנהאַקער ַײען װאָס לעבן ִגלגל ,און האָט
געזאָגט :אַ פֿאַרבאָרגענע זאַך האָב איך צו דיר ,מלך .האָט ער
געזאָגט :זאָל ז ַײן שטיל! און אַלע װאָס ז ַײנען געשטאַנען אַרום אים,
ז ַײנען אַרױסגעגאַנגען פֿון אים 20 .און אהוד איז צוגעקומען צו אים
װי ער זיצט אַלײן אין דער קילער אױבערשטוב װאָס ב ַײ אים ,און
אהוד האָט געזאָגט :אַ װאָרט פֿון גאָט האָב איך צו דיר .איז ער
אױפֿגעשטאַנען פֿון ז ַײן שטול 21 .און אהוד האָט אױסגעשטרעקט
ז ַײן לינקע האַנט ,און האָט גענומען ז ַײן שװערד פֿון ז ַײן רעכטער דיך,
און האָט זי אַר ַײנגעשטאָכן אין ז ַײן בױך 22 .און אױך דער שטיל איז
אַר ַײן נאָכן קלינג; און דאָס פֿעטס האָט א ַײנגעשלאָסן דעם קלינג,
װאָרום ער האָט די שװערד ניט אַרױסגעצױגן פֿון ז ַײן בױך; און זי
איז אַרױס פֿון הינטערל ַײב 23 .און אהוד איז אַרױסגעגאַנגען אין
פֿירהױז ,און האָט צוגעמאַכט די טירן פֿון דער אױבערשטוב הינטער
זיך ,און צוגעשלאָסן 24 .און װי ער איז אַרױסגעגאַנגען ,אַזױ ז ַײנען
אָנגעקומען ז ַײנע קנעכט ,און האָבן דערזען ,ערשט די טירן פֿון דער