Page 3 - Shoftim
P. 3
שופֿטים
און די שטאָט האָבן זײ אַװעקגעלאָזט אין פֿ ַײער 9 .און דערנאָך האָבן
די קינדער פֿון יהודה אַראָפּגענידערט מלחמה צו האַלטן אױֿף דעם
כַּנעני ,דעם באַװױנער פֿון דעם געבערג און דעם ָדרום און דער
נידערונג 10 .און יהודה איז געגאַנגען אױֿף דעם כַּנעני װאָס איז
געזעסן אין ֶחבֿרון– און דער נאָמען פֿון ֶחבֿרון איז פֿריער געװען
ִקרית-אַרבע– און זײ האָבן דערשלאָגן ֵש ַשין ,און אַחי ָמנען ,און
ַתּל ַמין 11 .און פֿון דאָרטן איז ער געגאַנגען אױֿף די באַװױנער פֿון
דבֿיר; און דער נאָמען פֿון דבֿיר איז פֿריער געװען ִקריתֵ -ספֿר.
12און ָכּ ֵלבֿ האָט געזאָגט :װער עס װעט שלאָגן ִקריתֵ -ספֿר ,און װעט
זי באַצװינגען ,װעל איך אים געבן מ ַײן טאָכטער ַעכ ָסהן פֿאַר אַ װ ַײב.
13האָט זי באַצװוּנגען ָעתני ֵאל דער זון פֿון קַנזןָ ,כּ ֵלבֿס יִינגערער
ברודער ,און ער האָט אים געגעבן ז ַײן טאָכטער ַעכ ָסהן פֿאַר אַ װ ַײב.
14און עס איז געװען ,אַז זי איז אָנגעקומען ,האָט זי אים אָנגערעדט
צו בעטן פֿון איר פֿאָטער אַ פֿעלד .און װי זי האָט זיך אַראָפּגעלאָזט
פֿון אײזל ,אַזױ האָט ָכּ ֵלבֿ צו איר געזאָגט :װאָס איז דיר? 15האָט זי
צו אים געזאָגט :שענק מיר אַ מתּנה; װאָרום אין אַ טרוקענעם לאַנד
האָסטו מיך אױסגעגעבן; דרום זאָלסטו מיר געבן קװאַלן װאַסער.
האָט איר ָכּ ֵלבֿ געגעבן די אױבערשטע קװאַלן און די אונטערשטע
קװאַלן.
16און די קינדער פֿון דעם ֵקיני ,משהס שװער ,ז ַײנען אַרױפֿגעגאַנגען
פֿון דער שטאָט פֿון טײטלבײמער מיט די קינדער פֿון יהודה צו דעם
מדבר פֿון יהודה װאָס אין ָדרום פֿון ַע ָרד; און זײ ז ַײנען געגאַנגען און
האָבן זיך באַזעצט מיט דעם פֿאָלק.
17און יהודה איז געגאַנגען מיט ז ַײן ברודער שמעון ,און זײ האָבן
געשלאָגן דעם כַּנעני ,דעם באַװױנער פֿון צ ַפֿת און האָבן זי געמאַכט
חרם ,און מע האָט גערופֿן דעם נאָמען פֿון דער שטאָט ָחרמה 18 .און
יהודה האָט באַצװוּנגען ַעָזה מיט איר געמאַרק ,און אַשקלון מיט איר
געמאַרק ,און עקרון מיט איר געמאַרק 19 .און גאָט איז געװען מיט
יהודה ,און ער האָט א ַײנגענומען דאָס געבערג; װאָרום די באַװױנער
פֿון טאָל איז ניט געװען צו פֿאַרטר ַײבן ,װ ַײל זײ האָבן געהאַט
א ַײזערנע ר ַײטװעגן 20 .און זײ האָבן געגעבן ֶחבֿרון צו ָכּ ֵלבֿן ,אַזױ װי
משה האָט אָנגעזאָגט; און ער האָט פֿאַרטריבן פֿון דאָרטן די דר ַײ זין
פֿון ַעָנק.