Page 7 - Shoftim
P. 7

‫שופֿטים‬

‫האָב באַפֿױלן זײערע עלטערן‪ ,‬און זײ האָבן ניט צוגעהערט צו מ ַײן‬
‫ָקול‪ 21 ,‬װעל איך אױך ניט מער פֿאַרטר ַײבן פֿון פֿאַר זײ קײנעם פֿון‬
‫די פֿעלקער װאָס יהושוע האָט איבערגעלאָזט‪ ,‬װען ער איז‬
‫געשטאָרבן‪ 22 .‬כּדי צו פּרוּװן מיט זײ ישׂראל‪ ,‬אױב זײ װעלן היטן די‬
‫װעגן פֿון גאָט צו גײן אין זײ‪ ,‬אַזױ װי זײערע עלטערן האָבן געהיט‪,‬‬
‫אָדער ניט‪ 23 .‬און גאָט האָט געלאָזט די דאָזיקע פֿעלקער‪ ,‬זײ ניט צו‬
‫פֿאַרטר ַײבן אױֿף גיך; און ער האָט זײ ניט געגעבן אין דער האַנט פֿון‬

                                                               ‫יהושוען‪.‬‬

‫‪ 1‬און דאָס ז ַײנען די פֿעלקער װאָס גאָט האָט געלאָזט‪ ,‬כּדי צו‬

‫פּרוּװן מיט זײ ישׂראל‪ ,‬די אַלע װאָס האָבן ניט געװוּסט פֿון אַלעג‬

‫מלחמות פֿון כַּנען; ‪ 2‬בלױז כּדי די דורות פֿון די קינדער פֿון ישׂראל‬
‫זאָלן װיסן‪ ,‬זײ צו לערנען מלחמה–די װאָס האָבן נאָך פֿריער דערפֿון‬
‫ניט געװוּסט; ‪ 3‬די פֿינֿף פֿירשטן פֿון די פּ ִלשתּים‪ ,‬און דער גאַנצער‬
‫כַּנעני‪ ,‬און דער צידוֹני‪ ,‬און דער ִחוי‪ ,‬דער באַװױנער פֿון באַרג לבֿנון‪,‬‬
‫פֿון באַרג ַב ַעל‪-‬חרמון ביז מע קומט קײן ַחמת‪ 4 .‬און זײ ז ַײנען‬
‫געבליבן כּדי צו פּרוּװן מיט זײ ישׂראל‪ ,‬צו װיסן אױב זײ װעלן צוהערן‬
‫די געבאָט פֿון גאָט װאָס ער האָט געבאָטן זײערע עלטערן דורך‬
‫משהן‪ 5 .‬און די קינדער פֿון ישׂראל ז ַײנען געזעסן צװישן דעם כַּנעני‪,‬‬
‫דעם ִחתּי‪ ,‬און דעם ֶאמורי‪ ,‬און דעם פּ ִרזי‪ ,‬און דעם ִחוי‪ ,‬און דעם‬
‫יבֿוסי‪ 6 .‬און זײ האָבן זיך גענומען זײערע טעכטער פֿאַר װ ַײבער‪ ,‬און‬
‫זײערע טעכטער האָבן זײ געגעבן צו די זין פֿון יענע‪ ,‬און זײ האָבן‬

                                                 ‫געדינט זײערע געטער‪.‬‬

‫‪ 7‬און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן געטאָן װאָס איז שלעכט אין די‬
‫אױגן פֿון גאָט‪ ,‬און זײ האָבן פֿאַרגעסן אָן יהוה זײער גאָט‪ ,‬און האָבן‬
‫געדינט די ַב ַעל‪-‬געטער און די א ֵשרות‪ 8 .‬און דער צאָרן פֿון גאָט האָט‬
‫געגרימט אױֿף ישׂראל‪ ,‬און ער האָט זײ איבערגעענטפֿערט אין דער‬
‫האַנט פֿון כּושן‪ִ -‬רשע ַתים דעם מלך פֿון אַרם‪-‬נה ַרים‪ ,‬און די קינדער‬
‫פֿון ישׂראל האָבן געדינט כּושן‪ִ -‬רשע ַתימען אַכט יאָר‪ 9 .‬האָבן די‬
‫קינדער פֿון ישׂראל געשריען צו גאָט‪ ,‬און גאָט האָט אױפֿגעשטעלט‬
‫די קינדער פֿון ישׂראל אַ העלפֿער װאָס האָט זײ געהאָלפֿן‪ָ ,‬עתניאל‬
‫דעם זון פֿון קַנזן‪ָ ,‬כּלבֿס י ִינגערן ברודער‪ 10 .‬און דער ג ַײסט פֿון גאָט‬
‫איז געװען אױֿף אים‪ ,‬און ער האָט געמשפּט ישׂראל; און ער איז‬
   2   3   4   5   6   7   8   9   10   11   12