Page 42 - Shoftim
P. 42
שופֿטים
9ז ַײנען אַרױפֿגעגאַנגען די פּ ִלשתּים ,און האָבן געלאַגערט אין יהודה,
און זײ האָבן זיך צעשפּרײט אין לחי 10 .האָבן די מענער פֿון יהודה
געזאָגט :פֿאַר װאָס ז ַײט איר אַרױפֿגעקומען אױֿף אונדז? האָבן זײ
געזאָגט :צו בינדן שמשונען ז ַײנען מיר אַרױפֿגעקומען; צו טאָן צו
אים ,אַזױ װי ער האָט געטאָן צו אונדז.
11האָבן אַראָפּגענידערט דר ַײ טױזנט מאַן פֿון יהודה צו דעם שפּאַלט
פֿון פֿעלז עיטם ,און זײ האָבן געזאָגט צו שמשונען :װײסטו דען ניט
אַז די פּ ִלשתּים געװעלטיקן איבער אונדז? ה ַײנט װאָס האָסטו אונדז
דאָ אָפּגעטאָן? האָט ער צו זײ געזאָגט :װי זײ האָבן געטאָן צו מיר,
אַזױ האָב איך געטאָן צו זײ 12 .האָבן זײ צו אים געזאָגט :מיר האָבן
אַראָפּגענידערט דיך צו בינדן ,כּדי דיך איבערצוגעבן אין דער האַנט
פֿון די פּ ִלשתּים .האָט שמשון צו זײ געזאָגט :שװערט מיר ,אַז איר
אַלײן װעט ניט אָנפֿאַלן אױֿף מיר 13 .האָבן זײ צו אים געזאָגט ,אַזױ
צו זאָגן :נײן ,בלױז בינדן װעלן מיר דיך בינדן און דיך איבערגעבן אין
זײער האַנט ,אָבער טײטן װעלן מיר דיך ניט טײטן ,און זײ האָבן אים
געבונדן מיט צװײ נ ַײע שטריק ,און האָבן אים אַרױפֿגעבראַכט פֿון
דעם פֿעלז.
14װי ער איז געקומען ביז לחי ,אַזױ האָבן די פּ ִלשתּים געשאַלט אים
אַנטקעגן; און אַ ג ַײסט פֿון גאָט איז געקומען אױֿף אים ,און די
שטריק אױֿף ז ַײנע אָרעמס ז ַײנען געװאָרן אַזױ װי פֿלאַקס װאָס איז
אָנגעברענט געװאָרן פֿון פֿ ַײער ,און ז ַײנע בינדשטריק ז ַײנען צעקראָכן
פֿון ז ַײנע הענט 15 .און ער האָט געפֿונען אַ פֿרישע קינבאַק פֿון אַן
אײזל ,און האָט אױסגעשטרעקט ז ַײן האַנט ,און זי גענומען ,און
געשלאָגן מיט איר טױזנט מאַן.
16און שמשון האָט געזאָגט:
מיט דער קינבאַק פֿון אַן אײזל
הױפֿנס אױֿף הױפֿנס
מיט דער קינבאַק פֿון אַן אײזל
האָב איך געשלאָגן טױזנט מאַן.
17און עס איז געװען ,װי ער האָט געענדיקט רעדן ,אַזױ האָט ער
אַװעקגעװאָרפֿן די קינבאַק פֿון ז ַײן האַנט; און מע האָט גערופֿן
יענעם אָרט רמת-לחי.