Page 41 - Shoftim
P. 41
שופֿטים
קלײדער צו די װאָס האָבן געזאָגט די רעטעניש; און ז ַײן צאָרן האָט
געגרימט ,און ער איז אַרױפֿגעגאַגען צו ז ַײן פֿאָטערס הױז 20 .און
שמשונס װ ַײב איז געװאָרן ז ַײנעם אַ חבֿרס ,װעמען ער האָט
צוגעחבֿרט צו זיך.
1און עס איז געװען אין טעג אַרום ,אין די טעג פֿון
װײצשניט ,האָט שמשון באַזוכט ז ַײן װ ַײב מיט אַ ציגנבעקל,טו
און ער האָט געזאָגט :לאָמיך אַר ַײנגײן צו מ ַײן װ ַײב אין קאַמער.
אָבער איר פֿאָטער האָט אים ניט געלאָזט אַר ַײנגײן 2 .און איר
פֿאָטער האָט געזאָגט :קלערן האָב איך געקלערט ,אַז דו האָסט זי
זיכער פֿ ַײנט געקראָגן ,און איך האָב זי אַװעקגעגעבן צו ד ַײן חבֿר .איז
ניט איר יִינגערע שװעסטער שענער פֿון איר? זאָל זי דיר ,איך בעט
דיך ,ז ַײן אָנשטאָט יענער 3 .האָט שמשון צו זײ געזאָגט :דאָס מאָל
בין איך רײן קעגן די פּ ִלשתּים ,אױב איך טו מיט זײ בײז.
4און שמשון איז געגאַנגען ,און האָט געכאַפּט דר ַײ הונדערט פֿיקס,
און ער האָט גענומען בראַנדהעלצער ,און האָט צוגעקערט אַן עק צו
אַן עק ,און אַר ַײנגעטאָן אַ בראַנדהאָלץ צװישן צװײ עקן ,אין מיטן5 .
און ער האָט אָנגעצונדן אַ פֿ ַײער אין די בראַנדהעלצער ,און האָט זײ
אַװעקגעלאָזט אין די שטײעדיקע תּבֿואות פֿון די פּ ִלשתּים; און ער
האָט פֿאַרברענט פֿון אַ סטױג ביז שטײעדיקער תּבֿואה ,און ביז אַן
אײלבערטגאָרטן.
6האָבן די פּ ִלשתּים געזאָגט :װער האָט דאָס געטאָן? האָט מען
געזאָגט :שמשון ,דער אײדעם פֿון דעם תּמנהער ,װ ַײל ער האָט
גענומען ז ַײן װ ַײב ,און זי אַװעקגעגעבן צו ז ַײן חבֿר .ז ַײנען
אַרױפֿגעגאַנגען די פּ ִלשתּים ,און האָבן פֿאַרברענט זי און איר פֿאָטער
אין פֿ ַײער.
7האָט שמשון צו זײ געזאָגט :אױב איר טוט אַזױ-װאָס ,מוז איך ניט
אַנדערש זיך נוקם ז ַײן אָן א ַײך ,און דערנאָך װעל איך אױפֿהערן8 .
און ער האָט זײ געשלאָגן רוק און לענד ,אַ גרױסן שלאַק .און ער
האָט אַראָפּגענידערט ,און איז געזעסן אין דעם שפּאַלט פֿון פֿעלז
עיטם.