Page 57 - Yehoshue
P. 57
יהושוע
אױפֿגעשריבן די דאָזיקע װערטער אין בוך פֿון גאָטס תּורה; און ער
האָט גענומען אַ גרױסן שטײן ,און האָט אים דאָרטן אױפֿגעשטעלט
אונטער דעם אײכנבױם װאָס ב ַײם הײליקטום פֿון גאָט 27 .און
יהושוע האָט געזאָגט צום גאַנצן פֿאָלק :אָט דער דאָזיקער שטײן זאָל
ז ַײן פֿאַר אַן עדות אַקעגן אונדז ,װאָרום ער האָט געהערט אַלע
װערטער פֿון יהוה ,װאָס ער האָט מיט אונדז גערעדט; און ער װעט
ז ַײן פֿאַר אַן עדות אַקעגן א ַײך ,טאָמער װעט איר לײקענען אָן א ַײער
גאָט 28 .און יהושוע האָט פֿאַנאַנדערגעשיקט דאָס פֿאָלק ,איטלעכן
צו ז ַײן נחלה 29 .און עס איז געװען נאָך די דאָזיקע געשעענישן ,איז
געשטאָרבן יהושוע דער זון פֿון נון ,דער קנעכט פֿון גאָט ,צו
הונדערט מיט צען יאָר 30 .און מע האָט אים באַגראָבן אין דעם
געמאַרק פֿון ז ַײן נחלה ,אין תּמנת-סרח װאָס אין דעם געבערג פֿון
אפֿרים ,אין צפֿון פֿון באַרג געש 31 .און ישׂראל האָט געדינט גאָט
אַלע טעג פֿון יהושוען ,און אַלע טעג פֿון די זקנים װאָס האָבן
מאריך-ימים געװען נאָך יהושוען ,און װאָס האָבן געװוּסט אַלדי
טוּונג פֿון גאָט ,װאָס ער האָט געטאָן פֿאַר ישׂראל 32 .און די בײנער
פֿון יוספֿן ,װאָס די קינדער פֿון ישׂראל האָבן אױפֿגעבראַכט פֿון
מצרים ,האָבן זײ באַגראָבן אין שכם ,אױף דעם שטיק פֿעלד װאָס
יעקבֿ האָט געקױפֿט פֿון די זין פֿון חמור ,דעם פֿאָטער פֿון שכמען,
פֿאַר הונדערט קשׂיטה; און עס איז געװאָרן די קינדער פֿון יוסף פֿאַר
אַ נחלה .און אלעזר דער זון פֿון אהרנען איז געשטאָרבן ,און מע
האָט אים באַגראָבן אױף דעם בערגל פֿון ז ַײן זון פּינחסן ,װאָס איז
אים געגעבן געװאָרן אין דעם געבערג פֿון אפֿרים.
© 2005 Dworkins and Leonard Prager. All Rights Reserved.