Page 55 - Yehoshue
P. 55
יהושוע
1און יהושוע האָט א ַײנגעזאַמלט אַלע שבֿטים פֿון ישׂראל
קײן שכם ,און ער האָט גערופֿן די עלטסטע פֿון ישׂראל ,אוןכד
זײערע הױפּטל ַײט ,און זײערע ריכטער ,און זײערע אױפֿזעער; און זײ
האָבן זיך געשטעלט פֿאַר גאָט 2 .און יהושוע האָט געזאָגט צום
גאַנצן פֿאָלק :אַזױ האָט געזאָגט יהוה דער גאָט פֿון ישׂראל :אױף
יענער ז ַײט ט ַײך ז ַײנען געזעסן א ַײערע עלטערן פֿון אײביק אָן ,תּרח
דער פֿאָטער פֿון אבֿרהמען ,און דער פֿאָטער פֿון נחורן; און זײ האָבן
געדינט פֿרעמדע געטער 3 .און איך האָב גענומען א ַײער פֿאָטער
אבֿרהמען פֿון יענער ז ַײט ט ַײך ,און האָב אים דורכגעפֿירט דורך גאַנץ
לאַנד כּנען; און איך האָב געמערט ז ַײן זאָמען ,און אים געגעבן
יצחקן 4 .און איך האָב געגעבן צו יצחקן יעקבֿן און עשׂון; און איך
האָב געגעבן עשׂון דעם באַרג שׂאיר אים צו אַרבן; און יעקבֿ און
ז ַײנע קינדער האָבן גענידערט קײן מצרים 5 .און איך האָב געשיקט
משהן און אהרנען ,און האָב געפּלאָגט מצרים ,לױט װאָס איך האָב
געטאָן צװישן זײ ,און דערנאָך האָב איך א ַײך אַרױסגעצױגן 6 .און
איך האָב אַרױסגעצױגן א ַײערע עלטערן פֿון מצרים ,און איר ז ַײט
געקומען צום ים ,און די מצרים האָבן נאָכגעיאָגט א ַײערע עלטערן
מיט ר ַײטװעגן און מיט ר ַײטער ביזן ים-סוף 7 .און זײ האָבן געשרִיען
צו גאָט ,און ער האָט געמאַכט אַ פֿיצטערניש צװישן א ַײך און צװישן
די מצרים ,און געבראַכט אױף זײ דעם ים ,און זײ צוגעדעקט; און
א ַײערע אױגן האָבן געזען װאָס איך האָב געטאָן מיט מצרים .און איר
ז ַײט געבליבן אין מדבר פֿיל טעג 8 .און איך האָב א ַײך געבראַכט אין
לאַנד פֿון דעם אמורי װאָס זיצט אױף יענער ז ַײט ירדן ,און זײ האָבן
מלחמה געהאַלטן מיט א ַײך ,און איך האָב זײ געגעבן אין א ַײער
האַנט ,און איר האָט געאַרבט זײער לאַנד ,און איך האָב זײ
פֿאַרטיליקט פֿון פֿאַר א ַײך 9 .איז אױפֿגעשטאַנען בלק דער זון פֿון
צפּורן ,דער מלך פֿון מואבֿ ,און האָט מלחמה געהאַלטן אַקעגן
ישׂראל; און ער האָט געשיקט און גערופֿן בלעם דעם זון פֿון בעורן,
א ַײך צו שילטן 10 .אָבער איך האָב ניט געװאָלט צוהערן צו בלעמען,
און בענטשן האָט ער א ַײך געבענטשט; און איך האָב א ַײך מציל
געװען פֿון ז ַײן האַנט 11 .און איר ז ַײט אַריבערגעגאַנגען דעם ירדן,
און איר ז ַײט געקומען צו יריחו ,און עס האָבן מלחמה געהאַלטן
אַקעגן א ַײך די מענער פֿון יריחו ,דער אמורי ,און דער פּרזי ,און דער
כּנעני ,און דער חוי ,און דער גרגשי ,דער חוי ,און דער יבֿוסי; און
איך האָב זײ געגעבן אין א ַײער האַנט 12 .און איך האָב געשיקט א ַײך
פֿאַרױס די האָרנבין ,און זי האָט זײ פֿאַרטריבן פֿון פֿאַר א ַײך ,די צװײ