Page 56 - Yehoshue
P. 56
יהושוע
מלכים פֿון אמורי; ניט מיט ד ַײן שװערד ,און ניט מיט ד ַײן בױגן.
13און איך האָב א ַײך געגעבן אַ לאַנד װאָס דו האָסט זיך דערױף ניט
געמיט ,און שטעט װאָס איר האָט ניט געבױט ,און איר האָט זיך אין
זײ באַזעצט; װ ַײנגערטנער און אײלבערטגערטנער װאָס איר האָט
ניט געפֿלאַנצט ,עסט איר 14 .און אַצונד ,האָט מורא פֿאַר יהוה ,און
דינט אים מיט גאַנצקײט און מיט אמת; און טוט אָפּ די געטער װאָס
א ַײערע עלטערן האָבן געדינט ,אױף יענער ז ַײט ט ַײך ,און אין מצרים,
און דינט יהוה 15 .און אױב עס איז שלעכט אין א ַײערע אױגן צו
דינען יהוה ,װײלט א ַײך אױס ה ַײנט װעמען איר װילט דינען,
ענטװעדער די געטער װאָס א ַײערע עלטערן האָבן געדינט אױף
יענער ז ַײט ט ַײך ,אָדער די געטער פֿון דעם אמורי ,װאָס איר זיצט אין
זײער לאַנד; און איך און מ ַײן הױזגעזינט װעלן דינען יהוה 16 .האָט
געענטפֿערט דאָס פֿאָלק און האָט געזאָגט :חלילה אונדז צו פֿאַרלאָזן
יהוה ,כּדי צו דינען פֿרעמדע געטער! 17װאָרום יהוה אונדזער גאָט
איז דער װאָס האָט אױפֿגעבראַכט אונדז און אונדזערע עלטערן פֿון
לאַנד מצרים ,פֿון דעם הױז פֿון קנעכטשאַפֿט ,און װאָס האָט געטאָן
פֿאַר אונדזערע אױגן די דאָזיקע גרױסע צײכנס ,און האָט אונדז
אָפּגעהיט אױף דעם גאַנצן װעג װאָס מיר ז ַײנען געגאַנגען אױף אים,
און צװישן אַלע פֿעלקער װאָס מיר ז ַײנען דורכגעגאַנגען דורך זײ.
18און יהוה האָט פֿאַרטריבן פֿון פֿאַר אונדז אַלע פֿעלקער און דעם
אמורי ,דעם באַװױנער פֿון לאַנד; דרום װעלן מיר אױך דינען יהוה,
װאָרום ער איז אונדזער גאָט 19 .האָט יהושוע געזאָגט צום פֿאָלק:
איר װעט ניט קענען דינען יהוה ,װאָרום אַ הײליקער גאָט איז ער ,אַ
צערנדיקער גאָט איז ער; ער װעט ניט פֿאַרגעבן א ַײער פֿאַרברעך און
א ַײערע זינד 20 .אױב איר װעט פֿאַרלאָזן יהוה ,און װעט דינען
פֿרעמדע געטער ,װעט ער זיך קערן און װעט א ַײך שלעכטס טאָן ,און
װעט א ַײך פֿאַרלענדן ,נאָכדעם װי ער האָט א ַײך גוטס געטאָן.
21האָט דאָס פֿאָלק געזאָגט צו יהושוען :נײן ,נ ַײערט יהוה װעלן מיר
דינען 22 .האָט יהושוע געזאָגט צום פֿאָלק :איר ז ַײט עדות קעגן א ַײך
אַלײן .אַז איר האָט א ַײך אױסדערװײלט יהוה ,אים צו דינען - .און זײ
האָבן געזאָגט :עדות! 23 -און אַצונד טוט אָפּ די פֿרעמדע געטער
װאָס צװישן א ַײך ,און נײגט א ַײער האַרץ צו יהוה דעם גאָט פֿון
ישׂראל 24 .האָט דאָס פֿאָלק געזאָגט צו יהושוען :יהוה אונדזער גאָט
װעלן מיר דינען ,און צו ז ַײן קול װעלן מיר צוהערן 25 .און יהושוע
האָט געשלאָסן אַ בונד מיטן פֿאָלק אין יענעם טאָג ,און ער האָט זײ
געמאַכט חוקים און געזעצן אין שכם 26 .און יהושוע האָט