Page 52 - Yehoshue
P. 52
יהושוע
21האָבן געענטפֿערט די קינדער פֿון ראובֿן ,און די קינדער פֿון ָגד,
און דער האַלבער שבֿט מנשה ,און זײ האָבן גערעדט צו די
הױפּטל ַײט פֿון די טױזנטן פֿון ישׂראל 22 :דער גאָט פֿון געטער יהוה,
דער גאָט פֿון געטער יהוה ,ער װײס ,און ישׂראל ,ער זאָל װיסן! אױב
דאָס איז אין װידערשפּעניקײט אָדער אױב אין פֿעלשונג אָן יהוה –
זאָלסט אונדז ניט העלפֿן ה ַײנטיקן טאָג! – 23אונדז צו בױען אַ
מזבח כּדי זיך אָפּצוקערן פֿון הינטער יהוה ,אָדער אױב
אױפֿצוברענגען אױף אים בראַנדאָפּפֿער און שפּ ַײזאָפּפֿער ,אָדער
אױב צו מאַכן אױף אים פֿרידאָפּפֿער ,זאָל יהוה אַלײן אױפֿמאָנען!
24און אױב מיר האָבן עס ניט געטאָן בלױז פֿון זאָרג װעגן אַ זאַך,
אַזױ צו זאָגן :מאָרגן װעלן א ַײערע קינדער זאָגן צו אונדזערע
קינדער ,אַזױ צו זאָגן :װאָס קערט איר א ַײך אָן מיט יהוה דעם גאָט
פֿון ישׂראל? 25װאָרום אַ געמאַרק האָט יהוה געמאַכט צװישן אונדז
און צװישן א ַײך ,קינדער פֿון ראובֿן ,און קינדער פֿון ָגד ,דעם ַירדן;
איר האָט ניט קײן חלק אין יהוה .און א ַײערע קינדער װעלן שטערן
אונדזערע קינדער – ניט צו פֿאָרכטן יהוה 26 .האָבן מיר געזאָגט:
לאָמיר זיך אַקאָרשט באַװאָרענען צו בױען דעם מזבח ,ניט פֿאַר
בראַנדאָפּפֿער ,און ניט פֿאַר שלאַכטאָפּפֿער; 27נ ַײערט ער זאָל ז ַײן
אַן עדות צװישן אונדז און צװישן א ַײך ,און צװישן אונדזערע
דוֹרות נאָך אונדז :צו דינען דעם דינסט פֿון יהוה פֿאַר אים מיט
אונדזערע בראַנדאָפּפֿער ,און מיט אונדזערע שלאַכטאָפּפֿער ,און מיט
אונדזערע פֿרידאָפּפֿער ,און א ַײערע קינדער זאָלן מאָרגן ניט זאָגן צו
אונדזערע קינדער :איר האָט ניט קײן חלק אין יהוה 28 .און מיר
האָבן געזאָגט :אױב עס װעט געשען ,אַז זײ װעלן דאָס זאָגן צו אונדז
אָדער צו אונדזערע דוֹרות שפּעטער אַהין ,װעלן מיר זאָגן :זעט דעם
בױ פֿון דעם מזבח פֿון יהוה ,װאָס אונדזערע עלטערן האָבן געמאַכט,
ניט פֿאַר בראַנדאָפּפֿער ,און ניט פֿאַר שלאַכטאָפּפֿער; נ ַײערט אַן
עדות איז ער צװישן אונדז און צװישן א ַײך 29 .חלילה אונדז צו
װידערשפּעניקן אָן יהוה ,און זיך אָפּצוקערן ה ַײנט פֿון הינטער יהוה,
צו בױען אַ מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער ,פֿאַר שפּ ַײזאָפּפֿער ,און פֿאַר
שלאַכטאָפּפֿער ,אַחוץ דעם מזבח פֿון יהוה אונדזער גאָט ,װאָס פֿאַר
ז ַײן ִמשכּן!
30און װי פּינחס דער כֹּהן ,און די פֿירשטן פֿון דער עדה ,די
הױפּטל ַײט פֿון די טױזנטן פֿון ישׂראל װאָס מיט אים ,האָבן געהערט
די װערטער װאָס די קינדער פֿון ראובֿן ,און די קינדער פֿון ָגד ,און די