Page 49 - Yehoshue
P. 49
יהושוע
33אַלע שטעט פֿון די ֵגרשונים לױט זײערע משפּחות :דר ַײצן שטעט
מיט זײערע פֿר ַײע פּלעצער.
34און פֿאַר די משפּחות פֿון די קינדער פֿון מ ָררי ,די איבעריקע
ל ִו ִיים ,פֿון שבֿט זבֿולוןָ :יק ְנ ָעם מיט אירע פֿר ַײע פּלעצערַ ,קר ָתּה מיט
אירע פֿר ַײע פּלעצער; ִ 35דמָנה מיט אירע פֿר ַײע פּלעצערַ ,נה ָלל מיט
אירע פֿר ַײע פּלעצער .פֿיר שטעט.
36און פֿון שבֿט ראובֿןֶ :ב ֶצר מיט אירע פֿר ַײע פּלעצער ,און ַיה ָצה
מיט אירע פֿר ַײע פּלעצער; 37ק ֵדמוֹת מיט אירע פֿר ַײע פּלעצער ,און
ֵמיפֿ ַעת מיט אירע פֿר ַײע פּלעצער .פֿיר שטעט.
38און פֿון שבֿט ָגד :די שטאָט פֿון אַנטרינונג פֿאַרן טױטשלעגער,
ָרמוֹת אין ִגל ָעד ,מיט אירע פֿר ַײע פּלעצער ,און ַמחַנ ִים מיט אירע
פֿר ַײע פּלעצער; ֶ 39חשבוֹן מיט אירע פֿר ַײע פּלעצערַ ,י ְעֵזר מיט אירע
פֿר ַײע פּלעצער .אַלע שטעט :פֿיר.
40די אַלע שטעט ז ַײנען געװען פֿאַר די קינדער פֿון מ ָררי לױט זײערע
משפּחות – די איבעריקע פֿון די משפּחות פֿון די ל ִו ִיים; און זײער
גוֹרל איז געװען צװעלף שטעט.
41אַלע שטעט פֿון די ל ִוִיים אין מיטן פֿון דעם אײגנטום פֿון די
קינדער פֿון ישׂראל ז ַײנען געװען אַכט און פֿערציק שטעט מיט
זײערע פֿר ַײע פּלעצער 42 .די דאָזיקע שטעט ז ַײנען געװען שטאָט אין
שטאָט מיט אירע פֿר ַײע פּלעצער רונד אַרום איר; אַזױ ב ַײ אַלע די
דאָזיקע שטעט.
43און גאָט האָט געגעבן צו ישׂראל דאָס גאַנצע לאַנד װאָס ער האָט
געשװאָרן צו געבן זײערע עלטערן; און זײ האָבן עס געאַרבט ,און זיך
באַזעצט דערין 44 .און גאָט האָט זײ באַרוט פֿון רונד אַרום ,אַזױ װי
אַלץ װאָס ער האָט געשװאָרן זײערע עלטערן; און קײנער פֿון אַלע
זײערע פֿ ַײנט איז ניט באַשטאַנען פֿאַר זײ; אַלע זײערע פֿ ַײנט האָט
גאָט געגעבן אין זײער האַנט 45 .ניט אַ װאָרט איז אָפּגעפֿאַלן פֿון
אַלדעם גוטן צוזאָג װאָס גאָט האָט צוגעזאָגט דעם הױז פֿון ישׂראל;
אַלץ איז אָנגעקומען.