Page 46 - Yehoshue
P. 46
יהושוע
אים ניט געװען אַ שׂוֹנא פֿון נעכטן-אײערנעכטן 6 .און ער זאָל זיצן
אין יענער שטאָט ,ביז ער שטעלט זיך פֿאַר דער עדה צום משפּט ,ביז
דעם טױט פֿון דעם כֹּהןָ-גדול װאָס װעט ז ַײן אין יענע טעג; דענצמאָל
מעג דער טױטשלעגער זיך אומקערן ,און קומען אין ז ַײן שטאָט ,און
אין ז ַײן הױז – אין דער שטאָט װאָס ער איז פֿון דאָרטן אַנטלאָפֿן.
7האָבן זײ געהײליקט ֶק ֶדש אין ָגליל ,אין דעם געבערג פֿון נפֿתּלי,
און ש ֶכם אין דעם געבערג פֿון אפֿרים ,און ִקרַית-אַרבע – דאָס איז
ֶחבֿרוֹן – אין דעם געבערג פֿון יהודה 8 .און פֿון יענער ז ַײט ַירדן ,ב ַײ
יריחו צו מזרח ,האָבן זײ אָפּגעגעבן ֶב ֶצר אין מדבר אין דעם
פֿלאַכלאַנד ,פֿון שבֿט ראובֿן ,און ראָמוֹת אין ִגל ָעד ,פֿון שבֿט ָגד ,און
גוֹ ָלן אין ב ָשן ,פֿון שבֿט מנשה.
9דאָס ז ַײנען געװען די באַשטימטע שטעט פֿאַר אַלע קינדער פֿון
ישׂראל ,און פֿאַר דעם פֿרעמדן װאָס האַלט זיך אױף צװישן זײ; אױף
צו אַנטלױפֿן אַהין ,פֿאַר איטלעכן װאָס דערשלאָגט אַ נפֿש דורך אַ
פֿאַרזע; כּדי ער זאָל ניט שטאַרבן דורך דער האַנט פֿון דעם
בלוטמאָנער ,אײדער ער שטעלט זיך פֿאַר דער עדה.
1און די הױפּטל ַײט פֿון די פֿאָטערה ַײזער פֿון די ל ִו ִיים האָבן
גענענט צו ֶאל ָעָזר דעם כֹּהן ,און צו יהוֹשו ַע דעם זון פֿון נון,כא
און צו די הױפּטל ַײט פֿון די פֿאָטערה ַײזער פֿון די שבֿטים פֿון די
קינדער פֿון ישׂראל 2 ,און זײ האָבן צו זײ גערעדט אין שילוֹ ,אין
לאַנד כַּנ ַען ,אַזױ צו זאָגן :גאָט האָט באַפֿױלן דורך משהן אונדז צו
געבן שטעט צום װוינען ,מיט זײערע פֿר ַײע פּלעצער פֿאַר אונדזערע
בהמות.
3האָבן די קינדער פֿון ישׂראל געגעבן די ל ִוִיים פֿון זײער נחלה ,לױט
דעם מױל פֿון גאָט ,די דאָזיקע שטעט מיט זײערע פֿר ַײע פּלעצער.
4און דער גוֹרל איז אַרױס פֿאַר די משפּחות פֿון די ק ָהתים; און פֿאַר
די קינדער פֿון אַהרן דעם כֹּהן ,פֿון די ל ִוִיים ,ז ַײנען געװען פֿון שבֿט
יהודה ,און פֿון שבֿט פֿון די שמעוֹנים ,און פֿון שבֿט בנימין ,לױט
גוֹרל ,דר ַײצן שטעט.