Page 42 - Yehoshue
P. 42

‫יהושוע‬

‫צום רוקן פֿון בית‪ָ -‬חג ָלה צו צפֿון; און דער אױסלאָז פֿון דעם‬
‫געמאַרק איז געװען ב ַײ דער צונג פֿון ַים‪ַ -‬ה ֶמ ַלח צו צפֿון‪ ,‬ב ַײם עק‬
‫ַירדן צו ָדרום‪ .‬דאָס איז דער געמאַרק פֿון ָדרום‪ 20 .‬און דער ַירדן‬

                                           ‫גרענעצט עס צו מזרח‪-‬ז ַײט‪.‬‬

‫דאָס איז די נחלה פֿון די קינדער פֿון בנימין לױט אירע געמאַרקן‪,‬‬
                                    ‫רונד אַרום‪ ,‬לױט זײערע משפּחות‪.‬‬

‫‪ 21‬און די שטעט פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון בנימין לױט‬
‫זײערע משפּחות ז ַײנען געװען יריחו‪ ,‬און בית‪ָ -‬חג ָלה‪ ,‬און ֵע ֶמק‪-‬קציץ;‬
‫‪ 22‬און בית‪ַ -‬ע ָרבֿה‪ ,‬און צ ָמ ַר ִים‪ ,‬און בית‪ֵ -‬אל; ‪ 23‬און ַע ִוים‪ ,‬און פּ ָרה‪,‬‬
‫און ָעפֿ ָרה; ‪ 24‬און כּפֿר‪ַ -‬עמוָֹנה‪ ,‬און ָעפֿני‪ ,‬און ֶגבֿע‪ .‬צװעלף שטעט‬

                                                  ‫מיט זײערע דערפֿער‪.‬‬

‫‪ִ 25‬גבֿעוֹן‪ ,‬און ָר ָמה‪ ,‬און ב ֵארוֹת; ‪ 26‬און ִמצפּה‪ ,‬און כּפֿי ָרה‪ ,‬און מוֹ ָצה;‬
‫‪ 27‬און ֶר ֶקם‪ ,‬און ִירפּ ֵאל‪ ,‬און ַתּראַ ָלה; ‪ 28‬און ֵצ ַלע‪ֶ ,‬א ֶלף‪ ,‬און דער‬
‫יבֿוסי – דאָס איז ירו ָש ַל ִים – ִגבֿ ַעת‪ִ ,‬קרַית‪ .‬פֿערצן שטעט מיט זײערע‬

                                                               ‫דערפֿער‪.‬‬

   ‫דאָס איז די נחלה פֿון די קינדער פֿון בנימין לױט זײערע משפּחות‪.‬‬

‫‪ 1‬און דער צװײטער גוֹרל איז אַרױסגעקומען פֿאַר שמעון‪,‬‬

‫פֿאַר דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון שמעון לױט זײערעיט‬

‫משפּחות; און זײער נחלה איז געװען אין מיטן פֿון דער נחלה פֿון די‬
‫קינדער פֿון יהודה‪ 2 .‬און זײ האָבן געהאַט אין זײער נחלה ב ֵאר‪ֶ -‬שבֿע‪,‬‬
‫און מוֹ ָל ָדה; ‪ 3‬און ַח ַצר‪-‬שו ָעל‪ ,‬און ב ָלה‪ ,‬און ֶע ֶצם; ‪ 4‬און ֶאלתּוֹ ַלד‪ ,‬און‬
‫בתול‪ ,‬און ָחר ָמה; ‪ 5‬און ציק ַלג‪ ,‬און בית‪ַ -‬מר ָכּבֿוֹת‪ ,‬און ַח ַצר‪-‬סו ָסה;‬

   ‫‪ 6‬און בית‪-‬לבֿאוֹת‪ ,‬און ָשרו ֶחן‪ .‬דר ַײצן שטעט מיט זײערע דערפֿער‪.‬‬

‫‪ַ 7‬ע ִין‪ִ ,‬רמוֹן‪ ,‬און ֶע ֶתר‪ ,‬און ָע ָשן‪ .‬פֿיר שטעט מיט זײערע דערפֿער‪.‬‬
‫‪ 8‬און אַלע דערפֿער װאָס רונד אַרום די דאָזיקע שטעט ביז ב ֲע ַלת‪-‬‬

                                               ‫ב ֵאר‪ ,‬ביז ָר ָמה פֿון ָדרום‪.‬‬

‫דאָס איז די נחלה פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון שמעון לױט‬
‫זײערע משפּחות‪ 9 .‬פֿון דעם טײל פֿון די קינדער פֿון יהודה איז‬
   37   38   39   40   41   42   43   44   45   46   47