Page 39 - Yehoshue
P. 39
יהושוע
און דאָס ז ַײנען די נעמען פֿון ז ַײנע טעכטערַ :מח ָלה ,און נוֹ ָעהָ ,חג ָלה,
ִמל ָכּה ,און ִתּר ָצה 4 .האָבן זײ גענענט פֿאַר ֶאל ָעָזר דעם כֹּהן ,און פֿאַר
יהוֹשו ַע דעם זון פֿון נון ,און פֿאַר די פֿירשטן ,אַזױ צו זאָגן :גאָט האָט
באַפֿױלן משהן ,אונדז צו געבן אַ נחלה צװישן אונדזערע ברידער.
האָט ער זײ געגעבן לױט דעם מױל פֿון גאָט אַ נחלה צװישן די
ברידער פֿון זײער פֿאָטער 5 .און צען טײלן ז ַײנען געפֿאַלן אױף
מנשה ,אַחוץ דאָס לאַנד ִגל ָעד ,און ב ָשן ,װאָס פֿון יענער ז ַײט ַירדן;
6װ ַײל די טעכטער פֿון מנשה האָבן געקריגן אַ נחלה צװישן ז ַײנע זין.
און דאָס לאַנד ִגל ָעד איז געװען פֿאַר די איבעריקע קינדער פֿון
מנשה.
7און דער געמאַרק פֿון מנשה איז געװען פֿון אָשר ביז ִמכמ ָתת װאָס
פֿאַר ש ֶכם; און דער געמאַרק איז געגאַנגען רעכטס צו די באַװוינער
פֿון ֵעיןַ -תּפּו ַח – 8צו מנשה האָט געהערט דאָס לאַנד פֿון ַתּפּו ַח;
אָבער ַתּפּו ַח ב ַײם געמאַרק פֿון מנשה האָט געהערט צו די קינדער
פֿון אפֿרים – 9און דער געמאַרק האָט אַראָפּגענידערט צום ט ַײך
ָקָנה ,צו ָדרום פֿון ט ַײך ,פֿאַרב ַײ יענע שטעט װאָס האָבן געהערט צו
אפֿרים אין מיטן פֿון די שטעט פֿון מנשה .און דער געמאַרק פֿון
מנשה איז געװען אין צפֿון פֿון ט ַײך ,און ז ַײן אױסלאָז איז געװען
ב ַײם ים 10 .צו ָדרום איז געװען אפֿרימס ,און צו צפֿון מנשהס; און
דער ים איז געװען ז ַײן געמאַרק .און זײ האָבן זיך אָנגעשטױסן אָן
אָשר אין צפֿון ,און אָן ִישׂ ָשׂ ָכר אין מזרח 11 .און צו מנשה האָבן
געהערט אין ִישׂ ָשׂ ָכר ,און אין אָשר ,ביתְ -שאָן און אירע
טעכטערשטעט ,און ִיבֿ ְל ָעם און אירע טעכטערשטעט ,און די
באַװוינער פֿון דוֹר און אירע טעכטערשטעט ,און די באַװוינער פֿון
ֵעין-דוֹר און אירע טעכטערשטעט ,און די באַװוינער פֿון ַתּ ֲעָנך און
אירע טעכטערשטעט ,און די באַװוינער פֿון מ ִגדוֹ און אירע
טעכטערשטעט – די דר ַײ געגנטן 12 .אָבער די קינדער פֿון מנשה
האָבן ניט געקענט פֿאַרטר ַײבן די דאָזיקע שטעט ,װ ַײל דער כַּנ ֲעני איז
באַשטאַנען צו בל ַײבן זיצן אין דעם דאָזיקן לאַנד 13 .און עס איז
געװען ,אַז די קינדער פֿון ישׂראל ז ַײנען געװאָרן שטאַרקער ,האָבן זײ
געמאַכט דעם כַּנ ֲעני צו צינז ,אָבער פֿאַרטר ַײבן האָבן זײ אים ניט
פֿאַרטריבן.
14און די קינדער פֿון יוֹסף האָבן גערעדט צו יהוֹשוען ,אַזױ צו זאָגן:
פֿאַר װאָס גיסטו מיר פֿאַר אַ נחלה אײן גוֹרל און אײן חלק ,װען איך