Page 35 - Yehoshue
P. 35
יהושוע
געמאַרק צו צפֿון-ז ַײט ,פֿון דער ים-צונג ב ַײם עק ַירדן 6 .און דער
געמאַרק איז אַרױפֿגעגאַנגען צו ביתָ -חג ָלה ,און איז אַריבער צו צפֿון
פֿון ביתַ -ע ָרבֿה; און דער געמאַרק איז אַרױפֿגעגאַנגען צו דעם שטײן
פֿון בוֹ ַהן דעם זון פֿון ראובֿן 7 .און דער געמאַרק איז אַרױפֿגעגאַנגען
קײן דבֿיר פֿון דעם טאָל ָעכוֹר ,און האָט זיך געקערט צפֿון-צו קײן
ִגלָגל ,װאָס אַקעגן דעם אױפֿגאַנג פֿון אַדוֹמים ,װאָס ָדרום-צו פֿון
דעם ט ַײך; און דער געמאַרק איז אַריבער צו די װאַסערן פֿון ֵעין-
ֶש ֶמש ,און ז ַײן אױסלאָז איז געװען ב ַײ ֵעין-רוֵֹגל 8 .און דער געמאַרק
איז אַרױפֿגעגאַנגען מיט דעם טאָל פֿון בןִ -הנוֹם צום רוקן פֿון דעם
יבֿוסי פֿון ָדרום ,דאָס איז ירו ָש ַל ִים; און דער געמאַרק איז
אַרױפֿגעגאַנגען צום שפּיץ באַרג װאָס פֿאַר דעם טאָל פֿון ִהנוֹם צו
מערבֿ ,װאָס אין עק פֿון דעם טאָל רפֿאים צו צפֿון 9 .און דער
געמאַרק האָט זיך געצױגן פֿון שפּיץ באַרג צו דעם קװאַל פֿון די
װאַסערן פֿון ֶנפֿתּוֹ ַח ,און איז אַרױס צו די שטעט פֿון באַרג ֶעפֿרוֹן;
און דער געמאַרק האָט זיך געצױגן ביז ב ֲע ָלה ,דאָס איז ִקרַית-י ָערים.
10און דער געמאַרק האָט זיך אױסגעדרײט פֿון ב ֲע ָלה צו מערבֿ ,צום
באַרג ֵשׂ ִעיר ,און איז אַריבער צו דעם רוקן פֿון באַרג י ָערים אין צפֿון
– דאָס איז כּ ָסלוֹן – און האָט אַראָפּגענידערט צו ביתֶ -ש ֶמש ,און איז
אַריבער ִתּמָנה 11 .און דער געמאַרק איז אַריבערגעגאַנגען צו דעם
רוקן פֿון ֶעקרוֹן צו צפֿון; און דער געמאַרק האָט זיך געצױגן קײן
ִשכּרוֹן ,און איז אַריבער צום באַרג פֿון ב ֲע ָלה ,און אַרױסגעגאַנגען צו
ַיבֿ ְנ ֵאל; און דער אױסלאָז פֿון דעם געמאַרק איז געװען ב ַײם ים.
12און דער געמאַרק פֿון מערבֿ איז געװען דער ַיםַ -הָגדול מיטן ברעג.
דאָס איז דער געמאַרק פֿון די קינדער פֿון יהודה ,רונד אַרום ,לױט
זײערע משפּחות.
13און ָכּ ֵלבֿ דעם זון פֿון יפֿוֶנהן האָט ער געגעבן אַ חלק צװישן די
קינדער פֿון יהודה לױט דעם מױל פֿון גאָט צו יהוֹשוען ,די שטאָט פֿון
אַרבע ,דעם פֿאָטער פֿון ַעָנק – דאָס איז ֶחבֿרוֹן 14 .און ָכּ ֵלבֿ האָט
פֿאַרטריבן פֿון דאָרטן די דר ַײ זין פֿון ַעָנקֵ ,ש ַשי ,און אַחי ָמן ,און
ַתּל ַמי ,די קינדער פֿון ַעָנק 15 .און ער איז אַרױפֿגעגאַנגען פֿון דאָרטן
צו די באַװוינער פֿון דבֿיר; און דער נאָמען פֿון דבֿיר איז פֿריער
געװען ִקרַיתֵ -ספֿר 16 .און ָכּ ֵלבֿ האָט געזאָגט :װער עס װעט שלאָגן
ִקרַיתֵ -ספֿר ,און װעט זי באַצװינגען ,װעל איך אים געבן מ ַײן טאָכטער
ַעכ ָסהן פֿאַר אַ װ ַײב 17 .האָט ָעתני ֵאל דער זון פֿון קַנזָ ,כּ ֵלבֿס ברודער,
זי באַצװוּנגען ,און ער האָט אים געגעבן ז ַײן טאָכטער ַעכ ָסהן פֿאַר אַ