Page 34 - Yehoshue
P. 34
יהושוע
דיר און צו ד ַײנע קינדער אױף אײביק! װ ַײל דו ביסט געגאַנגען
געטר ַײ נאָך יהוה מ ַײן גאָט 10 .און אַצונד זע ,גאָט האָט מיך געלאָזט
לעבן ,אַזױ װי ער האָט גערעדט; שױן פֿינף און פֿערציק יאָר פֿון זינט
גאָט האָט גערעדט דאָס דאָזיקע װאָרט צו משהן ,װען ישׂראל איז
געגאַנגען אין מדבר; און אַצונד אָט בין איך ה ַײנט אַ מאַן פֿון פֿינף
און אַכציק יאָר 11 .איך בין נאָך ה ַײנט אַזױ שטאַרק ,װי אין דעם
טאָג װאָס משה האָט מיך געשיקט; אַזױ װי מ ַײן כּוח דענצמאָל ,אַזױ
איז מ ַײן כּוח אַצונד פֿאַר מלחמה ,און פֿאַר אַרױסגײן און אַר ַײנגײן.
12דרום גיב מיר אַצונד דעם דאָזיקן באַרג װאָס גאָט האָט צוגעזאָגט
אין יענעם טאָג; װאָרום דו האָסט געהערט אין יענעם טאָג ,אַז
דאָרטן ז ַײנען דאָ ַעָנקים ,און גרױסע באַפֿעסטיקטע שטעט; אפֿשר
װעט גאָט ז ַײן מיט מיר ,און איך װעל זײ פֿאַרטר ַײבן ,אַזױ װי גאָט
האָט גערעדט.
13האָט אים יהוֹשו ַע געבענטשט ,און ער האָט געגעבן חבֿרוֹן צו ָכּ ֵלבֿ
דעם זון פֿון יפֿוֶנהן פֿאַר אַ נחלה 14 .דרום איז חבֿרון געװאָרן ָכּ ֵלבֿ
דעם זון פֿון יפֿוֶנהן ,דעם ק ִנזי ,פֿאַר אַ נחלה ביז אױף ה ַײנטיקן טאָג;
װ ַײל ער איז געגאַנגען געטר ַײ נאָך יהוה דעם גאָט פֿון ישׂראל 15 .און
דער נאָמען פֿון חבֿרון איז פֿריער געװען די שטאָט פֿון אַרבע; ער איז
געװען דער גרעסטער מענטש צװישן די ַעָנקים.
און דאָס לאַנד איז געװען רוִיק פֿון מלחמה.
1און דער גוֹרל פֿאַר דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון יהודה
לױט זײערע משפּחות איז געװען ביז דעם געמאַרק פֿוןטו
ֶאדוֹם ,דעם מדבר ִצן צו ָדרום ,אין עק ָדרום 2 .און דער געמאַרק פֿון
ָדרום איז זײ געװען פֿון עק ַיםַ -ה ֶמ ַלח ,פֿון דער ים-צונג װאָס קערט
זיך צו ָדרום 3 .און ער איז אַרױסגעגאַנגען צו ָדרום פֿון דעם
אַרױפֿגאַנג פֿון ַעק ַרבים ,און איז אַריבער קײן ִצן ,און אַרױף צו ָדרום
פֿון ָק ֵדש-ברֵנ ַע ,און איז אַריבער ֶחצרוֹן ,און אַרױף קײן אַ ָדר ,און זיך
אױסגעדרײט צו ַקר ַקע 4 .און ער איז אַריבער צו ַעצמוֹן ,און איז
אַרױס ב ַײם ט ַײך פֿון ִמצ ַר ִים; און דער אױסלאָז פֿון דעם געמאַרק איז
געװען ב ַײם ים; דאָס זאָל א ַײך ז ַײן דער געמאַרק פֿון ָדרום 5 .און
דער געמאַרק צו מזרח ,דער ַיםַ -ה ֶמ ֵלח ביז צום עק ַירדן; און דער