Page 33 - Yehoshue
P. 33

‫יהושוע‬

‫ַעש ָתּרוֹת‪ ,‬און ֶאד ֶר ִעי‪ ,‬די שטעט פֿון דעם קיניגר ַײך פֿון עוֹגן אין ב ָשן‪,‬‬
‫ז ַײנען געװען פֿאַר די קינדער פֿון ָמכיר דעם זון פֿון מנשהן – פֿאַר אַ‬

              ‫העלפֿט פֿון די קינדער פֿון ָמכיר‪ ,‬לױט זײערע משפּחות‪.‬‬

‫‪ 32‬דאָס איז װאָס משה האָט געמאַכט אַרבן אין די פּלױנען פֿון‬
‫מוֹאָבֿ‪ ,‬פֿון יענער ז ַײט ַירדן‪ ,‬ב ַײ יריחו‪ ,‬צו מזרח‪ 33 .‬אָבער דעם שבֿט‬
‫ֵל ִוי האָט משה ניט געגעבן קײן נחלה; יהוה דער גאָט פֿון ישׂראל‪ ,‬ער‬

                       ‫איז ז ַײן נחלה‪ ,‬אַזױ װי ער האָט צו זײ גערעדט‪.‬‬

‫‪ 1‬און דאָס איז װאָס די קינדער פֿון ישׂראל האָבן געאַרבט אין‬

‫לאַנד כַּנ ַען‪ ,‬װאָס ֶאל ָעָזר דער כֹּהן‪ ,‬און יהוֹשו ַע דער זון פֿון נון‪,‬יד‬

‫און די הופּטל ַײט פֿון די פֿאָטערה ַײזער פֿון די שבֿטים פֿון די קינדער‬
‫פֿון ישׂראל‪ ,‬האָבן זײ געמאַכט אַרבן‪ 2 ,‬לױט דעם גוֹרל פֿון זײער‬
‫נחלה‪ ,‬אַזױ װי גאָט האָט באַפֿױלן דורך משהן‪ ,‬פֿאַר די נ ַײן שבֿטים‬
‫און דעם האַלבן שבֿט‪ 3 – .‬װאָרום די נחלה פֿון די צװײ שבֿטים און‬
‫דעם האַלבן שבֿט האָט משה געגעבן פֿון יענער ז ַײט ַירדן; נאָר די‬
‫ל ִו ִיים האָט ער ניט געגעבן קײן נחלה צװישן זײ‪ 4 .‬װ ַײל די קינדער‬
‫פֿון יוֹסף ז ַײנען געװען צװײ שבֿטים‪ ,‬מנשה און אפֿרים; און די ל ִוִיים‬
‫האָט מען ניט געגעבן קײן חלק אין לאַנד‪ ,‬נאָר שטעט צום װוינען‬
‫מיט זײערע פֿר ַײע פּלעצער פֿאַר זײערע פֿי און פֿאַר זײער האָב‪– .‬‬
‫‪ 5‬אַזױ װי גאָט האָט באַפֿױלן משהן‪ ,‬אַזױ האָבן די קינדער פֿון ישׂראל‬

                            ‫געטאָן; און זײ האָבן צעטײלט דאָס לאַנד‪.‬‬

‫‪ 6‬און די קינדער פֿון יהודה האָבן גענענט צו יהוֹשוען אין ִגלָגל‪ ,‬און‬
‫ָכּ ֵלבֿ דער זון פֿון יפֿוֶנהן‪ ,‬דער ק ִנזי‪ ,‬האָט צו אים געזאָגט‪ :‬דו װײסט‬
‫דאָס װאָרט װאָס גאָט האָט גערעדט צו משה דעם געטלעכן מאַן‬
‫װעגן מיר און װעגן דיר אין ָק ֵדש‪-‬ברֵנ ַע‪ 7 .‬פֿערציק יאָר אַלט בין איך‬
‫געװען‪ ,‬װען משה דער קנעכט פֿון גאָט האָט מיך געשיקט פֿון ָק ֵדש‪-‬‬
‫ברֵנ ַע אױסצוקוקן דאָס לאַנד‪ ,‬און איך האָב אים געבראַכט אַן‬
‫ענטפֿער אַזױ װי אין מ ַײן האַרצן‪ 8 .‬און מ ַײנע ברידער‪ ,‬װאָס ז ַײנען‬
‫אַרױפֿגעגאַנגען מיט מיר‪ ,‬האָבן געמאַכט צעגײן דאָס האַרץ פֿון‬
‫פֿאָלק‪ ,‬אָבער איך בין געגאַנגען געטר ַײ נאָך יהוה מ ַײן גאָט‪ 9 .‬און‬
‫משה האָט געשװאָרן אין יענעם טאָג‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬אױב דאָס לאַנד‬
‫װאָס ד ַײן פֿוס האָט דערױף געטרעטן‪ ,‬װעט ניט ז ַײן פֿאַר אַ נחלה צו‬
   28   29   30   31   32   33   34   35   36   37   38