Page 28 - Yehoshue
P. 28
יהושוע
10און יהוֹשו ַע האָט זיך אומגעקערט אין יענער צ ַײט ,און האָט
באַצװוּנגען ָחצוֹר ,און איר מלך האָט ער געשלאָגן מיטן שװערד;
װאָרום ָחצוֹר איז פֿריער געװען דאָס הױפּט פֿון אַלע די דאָזיקע
קיניגר ַײכן 11 .און זײ האָבן דערשלאָגן אַלע נפֿשות װאָס אין איר
מיטן שאַרף פֿון שװערד – פֿאַרװיסט; עס איז ניט געבליבן קײן
לעבעדיקער אָטעם; און ָחצוֹר האָט ער פֿאַרברענט אין פֿ ַײער 12 .און
אַלע שטעט פֿון די דאָזיקע מלכים ,און אַלע זײערע מלכים ,האָט
יהוֹשו ַע באַצװוּנגען ,און זײ געשלאָגן מיטן שאַרף פֿון שװערד – זײ
פֿאַרװיסט ,אַזױ װי משה דער קנעכט פֿון גאָט האָט באַפֿױלן.
13אָבער אַלע שטעט װאָס ז ַײנען געשטאַנען אױף זײערע בערגלעך,
זײ האָט ישׂראל ניט פֿאַרברענט; בלויז ָחצוֹר אַלײן האָט יהוֹשו ַע
פֿאַרברענט 14 .און דעם גאַנצן זאַקרױב פֿון די דאָזיקע שטעט ,און
די בהמות ,האָבן די קינדער פֿון ישׂראל גערױבט פֿאַר זיך; נאָר אַלע
מענטשן האָבן זײ געשלאָגן מיטן שאַרף פֿון שװערד ביז זײ האָבן זײ
פֿאַרטיליקט; זײ האָבן ניט איבערגעלאָזט קײן לעבעדיקן אָטעם.
15אַזױ װי גאָט האָט באַפֿױלן ז ַײן קנעכט משהן ,אַזױ האָט משה
באַפֿױלן יהוֹשוען ,און אַזױ האָט יהוֹשו ַע געטאָן .ער האָט ניט
אױסגעלאָזט אַ זאַך פֿון אַלץ װאָס גאָט האָט באַפֿױלן משהן 16 .און
יהוֹשו ַע האָט א ַײנגענומען דאָס דאָזיקע גאַנצע לאַנד ,דאָס געבערג,
און דעם גאַנצן ָדרום ,און דאָס גאַנצע לאַנד גוֹ ֶשן ,און די נידערונג,
און דעם פּלױן ,און דאָס געבערג פֿון ישׂראל ,און ז ַײן נידערונג,
17פֿון דעם גלאַטן באַרג װאָס גײט אַרױף צו ֵשׂ ִעיר ,און ביז ב ַעלָ-גד
אין טאָל פֿון לבֿנוֹן ,אונטער באַרג חרמון; און אַלע זײערע מלכים
האָט ער באַצװוּנגען ,און זײ געשלאָגן און זײ געטײט 18 .פֿיל טעג
האָט יהוֹשו ַע געפֿירט מלחמה מיט אַלע די דאָזיקע מלכים 19 .ניט
געװען אַ שטאָט װאָס האָט געמאַכט שלום מיט די קינדער פֿון
ישׂראל ,אַחוץ דער ִח ִוי ,די באַװוינער פֿון ִגבֿעוֹן; אַלץ האָבן זײ
א ַײנגענועמן מיט מלחמה 20 .װאָרום עס איז געװען פֿון גאָט ,צו
שטאַרקן זײער האַרץ אױף מלחמה מיט ישׂראל ,אַז מע זאָל זײ
פֿאַרװיסטן ,כּדי זײ זאָל ניט ז ַײן קײן ל ַײטזעליקײט ,נ ַײערט אַז מע
זאָל זײ פֿאַרטיליקן ,אַזױ װי גאָט האָט באַפֿױלן משהן.
21און יהוֹשו ַע איז געקומען אין יענער צ ַײט ,און האָט פֿאַרשניטן די
ַעָנקים פֿון דעם געבערג ,פֿון חבֿרון ,פֿון דבֿיר ,פֿון ַעָנבֿ ,און פֿון גאַנצן
געבערג פֿון יהודה ,און פֿון גאַנצן געבערג פֿון ישׂראל; מיט זײערע
שטעט האָט זײ יהוֹשו ַע פֿאַרװיסט 22 .עס ז ַײנען ניט איבערגעבליבן