Page 24 - Yehoshue
P. 24

‫יהושוע‬

‫‪ 12‬דענצמאָל האָט יהוֹשו ַע גערעדט צו גאָט – אין דעם טאָג װאָס‬
‫גאָט האָט איבערגעגעבן דעם ֶאמוֹרי צו די קינדער פֿון ישׂראל – און‬

                            ‫ער האָט געזאָגט פֿאַר די אױגן פֿון ישׂראל‪:‬‬

                                             ‫זון‪ ,‬שטײ שטיל אין ִגבֿעוֹן‪,‬‬
                                         ‫און לבֿנה‪ ,‬אין טאָל פֿון אַָילוֹן!‬
                                   ‫‪ 13‬און די זון איז שטיל געשטאַנען‪,‬‬
                                   ‫און די לבֿנה האָט זיך אָפּגעשטעלט‪,‬‬
                 ‫ביז דאָס פֿאָלק האָט זיך נוֹקם געװען אָן ז ַײנע פֿ ַײנט‪.‬‬

‫דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון ָי ָשר‪ .‬און די זון האָט זיך‬
‫אָפּגעשטעלט אין האַלבן הימל‪ ,‬און האָט זיך ניט געא ַײלט‬
‫אונטערצוגײן אַרום אַ גאַנצן טאָג‪ 14 .‬און אַזאַ טאָג װי יענער איז ניט‬
‫געװען‪ ,‬פֿאַר אים אָדער נאָך אים‪ ,‬אַז גאָט זאָל געהאָרכן דעם ָקול‬

    ‫פֿון אַ מענטשן; װאָרום גאָט האָט מלחמה געהאַלטן פֿאַר ישׂראל‪.‬‬

‫‪ 15‬און יהוֹשו ַע און גאַנץ ישׂראל מיט אים האָבן זיך אומגעקערט אין‬
‫לאַגער קײן ִגלָגל‪ 16 .‬און די דאָזיקע פֿינף מלכים ז ַײנען אַנטלאָפֿן‪ ,‬און‬
‫האָבן זיך באַהאַלטן אין דער הײל אין ַמ ֵק ָדה‪ 17 .‬איז אָנגעזאָגט‬
‫געװאָרן יהוֹשוען‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬די פֿינף מלכים ז ַײנען געפֿונען‬
‫געװאָרן באַהאַלטן אין דער הײל אין ַמ ֵק ָדה‪ 18 .‬האָט יהוֹשו ַע געזאָגט‪:‬‬
‫ק ַײקלט צו גרױסע שטײנער צום מױל פֿון דער הײל‪ ,‬און שטעלט‬
‫לעבן איר מענטשן‪ ,‬זײ צו היטן‪ 19 .‬און איר זאָלט א ַײך ניט‬
‫אָפּשטעלן; יאָגט נאָך א ַײערע פֿ ַײנט‪ ,‬און איר זאָלט שלאָגן זײערע‬
‫הינטערשטע; איר זאָלט זײ ניט לאָזן אַר ַײנקומען אין זײערע שטעט;‬

           ‫װאָרום יהוה א ַײער גאָט האָט זײ געגעבן אין א ַײער האַנט‪.‬‬

‫‪ 20‬און עס איז געװען‪ ,‬אַז יהוֹשו ַע און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן זײ‬
‫געענדיקט שלאָגן זײער אַ גרױסן שלאַק‪ ,‬ביז זײ ז ַײנען פֿאַרלענדט‬
‫געװאָרן‪ ,‬און די געבליבענע װאָס ז ַײנען געבליבן פֿון זײ‪ ,‬ז ַײנען אַר ַײן‬
‫אין די פֿעסטונגשטעט‪ 21 ,‬אַזױ האָט דאָס גאַנצע פֿאָלק זיך‬
‫אומגעקערט אין לאַגער צו יהוֹשוען קײן ַמ ֵק ָדה בשלום; קײנער האָט‬

     ‫ז ַײן צונג ניט געשאַרפֿט אַקעגן עמיצן פֿון די קינדער פֿון ישׂראל‪.‬‬

‫‪ 22‬האָט יהוֹשו ַע געזאָגט‪ :‬עפֿנט אױף דאָס מױל פֿון דער הײל‪ ,‬און‬
‫ברענגט אַרױס צו מיר די דאָזיקע פֿינף מלכים פֿון דער הײל‪.‬‬
‫‪ 23‬האָבן זײ אַזױ געטאָן; און זײ האָבן אַרױסגעבראַכט צו אים די‬
   19   20   21   22   23   24   25   26   27   28   29