Page 19 - Yehoshue
P. 19

‫יהושוע‬

‫רױך פֿון דער שטאָט איז אױפֿגעגאַנגען‪ ,‬אַזױ האָבן זײ זיך‬
‫אומגעקערט‪ ,‬און האָבן געשלאָגן די מענטשן פֿון ַעי‪ 22 .‬און יענע‬
‫ז ַײנען אַרױסגעגאַנגען פֿון דער שטאָט אַקעגן זײ‪ ,‬אַזױ אַז זײ ז ַײנען‬
‫געװען אין מיטן פֿון ישׂראל‪ ,‬די אױף דער ז ַײט‪ ,‬און די אױף יענער‬
‫ז ַײט‪ .‬און זײ האָבן זײ געשלאָגן ביז זײ ניט איבערצולאָזן אַ‬
‫געבליבענעם אָדער אַנטרונענעם‪ 23 .‬און דעם מלך פֿון ַעי האָבן זײ‬

                ‫געכאַפּט אַ לעבעדיקן‪ ,‬און אים געבראַכט צו יהוֹשוען‪.‬‬

‫‪ 24‬און עס איז געװען‪ ,‬אַז די ישׂראל האָבן געענדיקט אױסהרגען‬
‫אַלע באַװוינער פֿון ַעי‪ ,‬אױפֿן פֿעלד אין דעם מדבר װאָס זײ האָבן זײ‬
‫נאָכגעיאָגט אין אים‪ ,‬און זײ ז ַײנען אַלע געפֿאַלן דורכן שאַרף פֿון‬
‫שװערד ביז זײ ז ַײנען פֿאַרלענדט געװאָרן‪ ,‬האָבן גאַנץ ישׂראל זיך‬
‫אומגעקערט קײן ַעי‪ ,‬און האָבן זי געשלאָגן מיטן שאַרף פֿון שװערד‪.‬‬
‫‪ 25‬און אַלע װאָס ז ַײנען געפֿאַלן אין יענעם טאָג‪ ,‬פֿון אַ מאַן ביז אַ‬
‫פֿרױ‪ ,‬ז ַײנען געװען צװעלף טױזנט; אַלע מענטשן פֿון ַעי‪ 26 .‬און‬
‫יהוֹשו ַע האָט ניט צוריקגעצױגן ז ַײן האַנט װאָס ער האָט‬
‫אױסגעשטרעקט מיטן שפּיז‪ ,‬ביז ער האָט פֿאַרװיסט אַלע באַװוינער‬
‫פֿון ַעי‪ 27 .‬נאָר די בהמות און דעם זאַקרױב פֿון יענער שטאָט האָבן‬
‫די ישׂראל גערױבט פֿאַר זיך‪ ,‬אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון גאָט װאָס ער‬
‫האָט באַפֿױלן יהוֹשוען‪ 28 .‬און יהוֹשו ַע האָט פֿאַרברענט ַעי‪ ,‬און האָט‬
‫זי געמאַכט פֿאַר אַן אײביקן חורבֿה‪-‬הױפֿן‪ ,‬אַ װיסטעניש ביז אױף‬
‫ה ַײנטיקן טאָג‪ 29 .‬און דעם מלך פֿון ַעי האָט ער אױפֿגעהאַנגען אױף‬
‫אַ בױם ביז אָװנטצ ַײט; און װי די זון איז אונטערגעגאַנגען‪ ,‬האָט‬
‫יהוֹשו ַע באַפֿױלן‪ ,‬און מע האָט אַראָפּגענומען ז ַײן טױטן ל ַײב פֿון דעם‬
‫בױם‪ ,‬און אים אַװעקגעװאָרפֿן פֿאַר דעם א ַײנגאַנג פֿון דעם‬
‫שטאָטטױער‪ ,‬און מע האָט אױפֿגעשטעלט איבער אים אַ גרױסן‬

                  ‫הױפֿן שטײנער װאָס שטײט ביז אױף ה ַײנטיקן טאָג‪.‬‬

‫‪ 30‬דענצמאָל האָט יהוֹשו ַע געבױט אַ מזבח צו יהוה דעם גאָט פֿון‬
‫ישׂראל אױפֿן באַרג ֵעיבֿל‪ 31 ,‬אַזױ װי משה דער קנעכט פֿון גאָט האָט‬
‫באַפֿױלן די קינדער פֿון ישׂראל‪ ,‬װי עס שטײט געשריבן אין בוך פֿון‬
‫תּוֹרת‪-‬משה; אַ מזבח פֿון גאַנצע שטײנער‪ ,‬װאָס מע האָט אױף זײ ניט‬
‫אױפֿגעהױבן אַן א ַײזן‪ .‬און זײ האָבן אױפֿגעבראַכט אױף אים‬
‫בראַנדאָפּפֿער צו גאָט‪ ,‬און געשלאַכט פֿרידאָפּפֿער‪ 32 .‬און ער האָט‬
‫דאָרטן אױפֿגעשריבן אױף די שטײנער אַן איבערחזרונג פֿון תּוֹרת‪-‬‬
‫משה‪ ,‬װאָס ער האָט געשריבן אין אָנגעזיכט פֿון די קינדער פֿון‬
   14   15   16   17   18   19   20   21   22   23   24