Page 21 - Yehoshue
P. 21

‫יהושוע‬

‫צו יהוֹשוען‪ :‬ד ַײנע קנעכט ז ַײנען מיר‪ .‬האָט יהוֹשו ַע צו זײ געזאָגט‪:‬‬
‫װער ז ַײט איר? און פֿון װאַנען קומט איר? ‪ 9‬האָבן זײ צו אים‬
‫געזאָגט‪ :‬פֿון זײער אַ װ ַײטן לאַנד ז ַײנען געקומען ד ַײנע קנעכט‪ ,‬צוליב‬
‫דעם נאָמען פֿון יהוה ד ַײן גאָט; װאָרום מיר האָבן געהערט ז ַײן‬
‫הערונג‪ ,‬און אַלץ װאָס ער האָט געטאָן אין ִמצ ַר ִים‪ 10 ,‬און אַלץ װאָס‬
‫ער האָט געטאָן צו די צװײ מלכים פֿון דעם ֶאמוֹרי װאָס אױף יענער‬
‫ז ַײט ַירדן‪ ,‬צו סיחון דעם מלך פֿון ֶחשבוֹן‪ ,‬און צו עוֹג דעם מלך פֿון‬
‫ב ָשן װאָס אין ַעש ָתּרוֹת‪ 11 .‬האָבן צו אונדז געזאָגט אונדזערע‬
‫עלטסטע‪ ,‬און אַלע באַװוינער פֿון אונדזער לאַנד‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬נעמט‬
‫מיט זיך צערונג אױפֿן װעג‪ ,‬און גײט זײ אַנטקעגן‪ ,‬און איר זאָלט זאָגן‬
‫צו זײ‪ :‬א ַײערע קנעכט ז ַײנען מיר; און אַצונד שליסט אונדז אַ בונד‪.‬‬
‫‪ 12‬דאָס דאָזיקע ברױט אונדזערס – װאַרעמערהײט האָבן מיר זיך‬
‫פֿאַרשפּ ַײזט דערמיט פֿון אונדזערע ה ַײזער‪ ,‬אין דעם טאָג װאָס מיר‬
‫ז ַײנען אַרױס צו גײן צו א ַײך‪ ,‬און אַצונד אָט איז עס פֿאַרטריקנט‪ ,‬און‬
‫געװאָרן ברעקלעך‪ 13 .‬און די דאָזיקע װ ַײנלאָגלען‪ ,‬װאָס מיר האָבן‬
‫אָנגעפֿילט‪ ,‬ז ַײנען געװען נ ַײ‪ ,‬און אָט ז ַײנען זײ צעשפּאָלטן געװאָרן‪,‬‬
‫און די דאָזיקע קלײדער און שיך אונדזערע ז ַײנען אָפּגעטראָגן‬

                                            ‫געװאָרן פֿון זײער פֿיל װעג‪.‬‬

‫‪ 14‬און די מענער האָבן גענומען פֿון זײער צערונג‪ ,‬און גאָטס מױל‬
‫האָבן זײ ניט געפֿרעגט‪ 15 .‬און יהוֹשו ַע האָט געמאַכט שלום מיט זײ‪,‬‬
‫און זײ געשלאָסן אַ בונד‪ ,‬זײ צו לאָזן לעבן‪ .‬און די פֿירשטן פֿון דער‬

                                               ‫עדה האָבן זײ געשװאָרן‪.‬‬

‫‪ 16‬און עס איז געװען צום ָסוף פֿון דר ַײ טעג נאָכדעם װי זײ האָבן זײ‬
‫געשלאָסן אַ בונד‪ ,‬האָבן זײ געהערט אַז זײ ז ַײנען נאָנט צו זײ‪ ,‬און אַז‬
‫זײ זיצן צװישן זײ‪ 17 .‬און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן געצױגן‪ ,‬און‬
‫ז ַײנען געקומען אין זײערע שטעט אױפֿן דריטן טאָג‪ .‬און זײערע‬
‫שטעט ז ַײנען געװען ִגבֿעוֹן‪ ,‬און כּפֿי ָרה‪ ,‬און ב ֵארוֹת‪ ,‬און ִקרַית‪-‬י ָערים‪.‬‬
‫‪ 18‬אָבער די קינדער פֿון ישׂראל האָבן זײ ניט געשלאָגן‪ ,‬װ ַײל די‬
‫פֿירשטן פֿון דער עדה האָבן זײ געשװאָרן ב ַײ יהוה דעם גאָט פֿון‬

        ‫ישׂראל‪ .‬און די גאַנצע עדה האָט געמורמלט אױף די פֿירשטן‪.‬‬

‫‪ 19‬האָבן אַלע פֿירשטן געזאָגט צו דער גאַנצער עדה‪ :‬מיר האָבן זײ‬
‫געשװאָרן ב ַײ יהוה דעם גאָט פֿון ישׂראל‪ ,‬און מיר טאָרן זײ אַצונד‬
‫ניט אָנרירן‪ 20 .‬דאָס מוזן מיר זײ טאָן‪ ,‬און זײ לאָזן לעבן‪ ,‬כּדי אױף‬
   16   17   18   19   20   21   22   23   24   25   26