Page 17 - Yehoshue
P. 17
יהושוע
1און גאָט האָט געזאָגט צו יהוֹשוען :זאָלסט ניט מוֹרא האָבן
און ניט אַנגסטן; נעם מיט דיר דאָס גאַנצע מלחמה-פֿאָלק ,אוןח
שטײ אױף ,גײ אַרױף אױף ַעי; זע ,איך האָב געגעבן אין ד ַײן האַנט
דעם מלך פֿון ַעי ,און ז ַײן פֿאָלק ,און ז ַײן שטאָט ,און ז ַײן לאַנד 2 .און
זאָלסט טאָן צו ַעי און צו איר מלך ,אַזױ װי דו האָסט געטאָן צו
יריחו און צו איר מלך; נאָר איר זאַקרױב און אירע בהמות זאָלט איר
רױבן פֿאַר א ַײך .שטעל דיר לױערער אױף דער שטאָט פֿון הינטער
איר.
3איז אױפֿגעשטאַנען יהוֹשו ַע ,און דאָס גאַנצע מלחמה-פֿאָלק,
אַרױפֿצוגײן אױף ַעי; און יהוֹשו ַע האָט אױסגעװײלט דר ַײסיק טױזנט
מאַן העלדישע גיבוֹרים ,און האָט זײ אַװעקגעשיקט ב ַײ נאַכט 4 .און
ער האָט זײ באַפֿױלן ,אַזױ צו זאָגן :זעט ,איר זאָלט לױערן אױף דער
שטאָט פֿון הינטער דער שטאָט; איר זאָלט זיך ניט דערװ ַײטערן זײער
פֿון דער שטאָט ,און ז ַײט אַלע אָנגעברײט 5 .און איך און דאָס גאַנצע
פֿאָלק װאָס מיט מיר װעלן גענענען צו דער שטאָט; און עס װעט ז ַײן,
אַז זײ װעלן אַרױסגײן אַקעגן אונדז ,אַזױ װי צוערשט ,װעלן מיר
אַנטלױפֿן פֿאַר זײ 6 .און זײ װעלן אַרױסגײן נאָך אונדז ,ביז מיר װעלן
זײ אַװעקציען פֿון דער שטאָט ,װאָרום זײ װעלן זאָגן :זײ אַנטלױפֿן
פֿאַר אונדז אַזױ װי צוערשט; און מיר װעלן אַנטלױפֿן פֿאַר זײ 7 .און
איר װעט אױפֿשטײן פֿון דער לױער ,און װעט פֿאַרנעמען די שטאָט,
און יהוה א ַײער גאָט װעט זי געבן אין א ַײער האַנט 8 .און עס װעט
ז ַײן ,װי איר פֿאַרכאַפּט די שטאָט ,זאָלט איר אָנצינדן די שטאָט אין
פֿ ַײער; אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון גאָט זאָלט איר טאָן; זעט ,איך האָב
א ַײך באַפֿױלן.
9און יהוֹשו ַע האָט זײ געשיקט ,און זײ ז ַײנען אַװעקגעגאַנגען צו
דעם לױעראָרט ,און ז ַײנען געזעסן צװישן ביתֵ -אל און צװישן ַעי ,אין
מערבֿ פֿון ַעי .און יהוֹשו ַע האָט גענעכטיקט יענע נאַכט צװישן דעם
פֿאָלק.
10און יהוֹשו ַע האָט זיך געפֿעדערט אין דער פֿרי ,און האָט
איבערגעצײלט דאָס פֿאָלק ,און ער און די עלטסטע פֿון פֿאָלק ז ַײנען
אַרױפֿגעגאַנגען פֿאַרױס פֿאַרן פֿאָלק אױף ַעי 11 .און דאָס גאַנצע
מלחמה-פֿאָלק װאָס מיט אים איז אַרױפֿגעגאַנגען ,און זײ האָבן
גענענט ,און ז ַײנען געקומען אַקעגן דער שטאָט ,און האָבן