Page 13 - Yehoshue
P. 13
יהושוע
שטאָט 17 .און די דאָזיקע שטאָט זאָל ז ַײן חרם צו גאָט ,זי און אַלץ
װאָס אין איר; נאָר ָר ָחבֿ די זוֹנה זאָל בל ַײבן לעבן ,זי און אַלע װאָס
ב ַײ איר אין הױז ,װ ַײל זי האָט באַהאַלטן די שלוחים װאָס מיר האָבן
געשיקט 18 .און איר היט א ַײך נאָר פֿון דעם חרם ,איר זאָלט אַלײן
ניט װערן חרם ,אַז איר װעט נעמען פֿון דעם חרם ,און מאַכן דעם
לאַגער פֿון ישׂראל צו חרם ,און אים פֿאַראומגליקן 19 .און דאָס
גאַנצע זילבער און גאָלד ,און קופּערנע און א ַײזערנע כּלים ,דאָס זאָל
ז ַײן הײליק צו גאָט; אין שאַץ פֿון גאָט זאָל עס אַר ַײן.
20האָט דאָס פֿאָלק געשאַלט ,און מע האָט געבלאָזן אין די שוֹפֿרות.
און עס איז געװען ,װי דאָס פֿאָלק האָט געהערט דעם ָקול פֿון שוֹפֿר,
אַזױ האָט דאָס פֿאָלק געשאַלט אַ גרױסע שאַלונג ,און די מױער איז
א ַײנגעפֿאַלן אונטער זיך ,און דאָס פֿאָלק איז אַרױפֿגעגאַנגען אין
שטאָט איטלעכער אַקעגן זיך; און זײ האָבן באַצװוּנגען די שטאָט.
21און זײ האָבן פֿאַרװיסט אַלץ װאָס אין שטאָט ,פֿון אַ מאַן ביז אַ
פֿרױ ,פֿון יונג ביז אַלט ,און ביז אַן אָקס ,און אַ שעפּס ,און אַן אײזל,
מיטן שאַרף פֿון שװערד.
22און צו די צװײ מענער װאָס האָבן אױסגעקוקט דאָס לאַנד האָט
יהוֹשו ַע געזאָגט :גײט אַר ַײן אין הױז פֿון דער פֿרױ דער זוֹנה ,און
פֿירט אַרױס פֿון דאָרטן די פֿרױ ,און אַלע װאָס געהערן צו איר ,אַזױ
װי איר האָט איר געשװאָרן.
23ז ַײנען די יונגעל ַײט די אױסקוקערס אַר ַײנגעגאַנגען ,און האָבן
אַרױסגעפֿירט רחבֿן ,און איר פֿאָטער און איר מוטער ,און אירע
ברידער ,און אַלע װאָס האָבן געהערט צו איר ,אױך איר גאַנצע
משפּחה האָבן זײ אַרױסגעפֿירט ,און זײ איבערגעלאָזט דערױסן פֿון
לאַגער פֿון ישׂראל 24 .און די שטאָט האָבן זײ פֿאַרברענט אין פֿ ַײער
מיט אַלץ װאָס אין איר; בלױז דאָס זילבער און דאָס גאָלד ,און די
קופּערנע און א ַײזערנע כּלים ,האָבן זײ אָפּגעגעבן אין שאַץ פֿון גאָטס
הױז 25 .און רחבֿ די זוֹנה ,און איר פֿאָטערס הױזגעזינט ,און אַלע
װאָס האָבן געהערט צו איר ,האָט יהוֹשו ַע געלאָזט לעבן ,און זי איז
געבליבן צװישן ישׂראל ביז אױף ה ַײנטיקן טאָג; װ ַײל זי האָט
באַהאַלטן די שלוחים װאָס יהוֹשו ַע האָט געשיקט אױסצוקוקן יריחו.