Page 8 - Yehoshue
P. 8
יהושוע
1און עס איז געװען ,אַז דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט געענדיקט
אַריבערגײן דעם ַירדן ,האָט גאָט געזאָגט צו יהוֹשוען ,אַזױ צוד
זאָגן 2 :נעמט א ַײך פֿון פֿאָלק צװעלף מענער ,צו אײן מאַן ,צו אײן
מאַן פֿון אַ שבֿט 3 .און באַפֿעלט זײ ,אַזױ צו זאָגן :נעמט א ַײך פֿון
דאַנען ,פֿון מיטן ַירדן ,פֿון װוּ די פֿיס פֿון די כֹּהנים ז ַײנען געשטאַנען
פֿעסט ,צװעלף שטײנער ,און איר זאָלט זײ אַריבערברענגען מיט
א ַײך ,און זײ אַװעקלײגן אין דעם נאַכטלאַגער װאָס איר װעט דרינען
נעכטיקן די נאַכט.
4און יהוֹשו ַע האָט גערופֿן די צװעלף מענער ,װאָס ער האָט
אָנגעברײט פֿון די קינדער פֿון ישׂראל ,צו אײן מאַן ,צו אײן מאַן פֿון
אַ שבֿט 5 ,און יהוֹשו ַע האָט צו זײ געזאָגט :גײט אַריבער צו דעם
אָרון פֿון יהוה א ַײער גאָט ,אין מיטן ַירדן ,און נעמט א ַײך איטלעכער
אַ שטײן אױף ז ַײן אַקסל ,לױט דער צאָל פֿון די שבֿטים פֿון די
קינדער פֿון ישׂראל; 6כּדי דאָס זאָל ז ַײן אַ צײכן צװישן א ַײך; אַז
א ַײערע קינדער װעלן שפּעטער אַהין פֿרעגן ,אַזױ צו זאָגן :װאָס
ז ַײנען א ַײך די דאָזיקע שטײנער? 7זאָלט איר זײ זאָגן :װ ַײל די
װאַסערן פֿון ַירדן ז ַײנען פֿאַרשניטן געװאָרן פֿאַר דעם אָרון פֿון גאָטס
בונד; װען ער איז אַריבערגעגאַנגען איבערן ַירדן איז פֿאַרשניטן
געװאָרן דאָס װאַסער פֿון ַירדן; און די דאָזיקע שטײנער װעלן ז ַײן
פֿאַר אַ דערמאָנונג צו די קינדער פֿון ישׂראל ביז אײביק.
8און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן אַזױ געטאָן ,אַזױ װי יהוֹשו ַע האָט
באַפֿױלן; און זײ האָבן גענומען צװעלף שטײנער פֿון מיטן ַירדן ,אַזױ
װי גאָט האָט גערעדט צו יהוֹשוען ,לױט דער צאָל פֿון די שבֿטים פֿון
די קינדער פֿון ישׂראל ,און זײ האָבן זײ אַריבערגעטראָגן מיט זיך צו
דעם נאַכטלאַגער ,און זײ אַװעקגעלײגט דאָרטן.
9און צװעלף שטײנער האָט יהוֹשו ַע אױפֿגעשטעלט אין מיטן ַירדן,
אױף דעם אָרט װוּ די פֿיס פֿון די כֹּהנים ,װאָס האָבן געטראָגן דעם
אָרון פֿון בונד ,ז ַײנען געשטאַנען; און זײ ז ַײנען דאָרטן ביז אױף
ה ַײנטיקן טאָג 10 .און די כֹּהנים װאָס האָבן געטראָגן דעם אָרון,
ז ַײנען געשטאַנען אין מיטן ַירדן ,ביז עס איז אױסגעפֿירט געװאָרן
אַלצדינג װאָס גאָט האָט באַפֿױלן יהוֹשוען צו רעדן צום פֿאָלק ,אַזױ
װי אַלץ װאָס משה האָט באַפֿױלן יהוֹשוען .און דאָס פֿאָלק האָט
געא ַײלט און איז אַריבערגעגאַנגען 11 .און עס איז געװען ,װי דאָס