Page 4 - Yehoshue
P. 4

‫יהושוע‬

‫‪ 1‬און יהוֹשו ַע דער זון פֿון נון האָט געשיקט פֿון ִשטים צװײ‬

‫מענטשן אױסקוקערס שטילערהײט‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬גײט זעטב‬

‫דאָס לאַנד‪ ,‬און יריחו‪ .‬ז ַײנען זײ געגאַנגען‪ ,‬און ז ַײנען געקומען אין‬
‫הױז פֿון אַ פֿרױ אַ זוֹנה װאָס איר נאָמען איז געװען ָר ָחבֿ‪ ,‬און האָבן‬
‫זיך דאָרטן געלײגט‪ 2 .‬איז אָנגעזאָגט געװאָרן דעם מלך פֿון יריחו‪,‬‬
‫אַזױ צו זאָגן‪ :‬זע‪ ,‬מענטשן ז ַײנען געקומען אַהער די נאַכט פֿון די‬
‫קינדער פֿון ישׂראל‪ ,‬אױסצופֿאָרשן דאָס לאַנד‪ 3 .‬האָט דער מלך פֿון‬
‫יריחו געשיקט צו ָר ָחבֿן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬גיב אַרױס די מענטשן װאָס‬
‫ז ַײנען געקומען צו דיר‪ ,‬די װאָס ז ַײנען געקומען אין ד ַײן הױז‪ ,‬װאָרום‬
‫אױסצופֿאָרשן דאָס גאַנצע לאַנד ז ַײנען זײ געקומען‪ 4 – .‬און די פֿרױ‬
‫האָט גענומען די צװײ מענטשן‪ ,‬און האָט זײ באַהאַלטן‪ – .‬און זי‬
‫האָט געזאָגט‪ :‬יאָ‪ ,‬די מענטשן ז ַײנען געקומען צו מיר‪ ,‬אָבער איך‬
‫האָב ניט געװוּסט פֿון װאַנען זײ ז ַײנען; ‪ 5‬און עס איז געװען‪ ,‬װי מע‬
‫האָט געזאָלט פֿאַרשליסן דעם טױער‪ ,‬אַז עס איז געװאָרן פֿינצטער‪,‬‬
‫אַזױ ז ַײנען די מענטשן אַרױסגעגאַנגען; איך װײס ניט װוּהין די‬
‫מענטשן ז ַײנען געגאַנגען; יאָגט זײ נאָך אױף גיך‪ ,‬װאָרום איר װעט זײ‬

                                                                 ‫אָניאָגן‪.‬‬

‫‪ 6‬אָבער זי האָט זײ געהאַט אַרױפֿגעפֿירט אױפֿן דאַך‪ ,‬און זײ‬
‫באַהאַלטן אין פֿלאַקסשטעקלעך װאָס ז ַײנען געװען אױסגעלײגט ב ַײ‬
‫איר אױפֿן דאַך‪ 7 .‬און די מענטשן האָבן זײ נאָכגעיאָגט אױפֿן װעג פֿון‬
‫ַירדן‪ ,‬צו די איבערפֿאָרן; און דעם טױער האָט מען פֿאַרשלאָסן‬

 ‫נאָכדעם װי עס ז ַײנען אַרױסגעגאַנגען די װאָס האָבן זײ נאָכגעיאָגט‪.‬‬

‫‪ 8‬און אײדער זײ האָבן זיך געלײגט‪ ,‬איז זי אַרױפֿגעגאַנגען צו זײ‬
‫אױפֿן דאַך‪ 9 ,‬און זי האָט געזאָגט צו די מענטשן‪ :‬איך װײס‪ ,‬אַז גאָט‬
‫האָט א ַײך געגעבן דאָס לאַנד‪ ,‬און אַז א ַײער אימה איז געפֿאַלן אױף‬
‫אונדז‪ ,‬און אַז אַלע באַװוינער פֿון לאַנד ז ַײנען צעגאַנגען געװאָרן‬
‫פֿאַר א ַײך‪ 10 .‬װאָרום מיר האָבן געהערט װי גאָט האָט‬
‫אױסגעטריקנט די װאַסערן פֿון ים‪-‬סוף פֿון פֿאַר א ַײך‪ ,‬ב ַײ א ַײער‬
‫אַרױסגײן פֿון ִמצ ַר ִים‪ ,‬און װאָס איר האָט געטאָן צו די צװײ מלכים‬
‫פֿון דעם ֶאמוֹרי װאָס אױף יענער ז ַײט ַירדן‪ ,‬צו סיחונען און צו עוֹגן‪,‬‬
‫װאָס איר האָט זײ פֿאַרװיסט‪ 11 .‬און װי מיר האָבן געהערט אַזױ איז‬
‫צעגאַנגען אונדזער האַרץ‪ ,‬און אין קײנעם איז מער אַן אָטעם ניט‬
‫געבליבן פֿון װעגן א ַײך; װאָרום יהוה א ַײער גאָט ער איז גאָט אין‬
‫הימל אױבן‪ ,‬און אױף דער ערד אונטן‪ 12 .‬און אַצונד שװערט מיר‪,‬‬
   1   2   3   4   5   6   7   8   9