Page 5 - Yehoshue
P. 5
יהושוע
איך בעט א ַײך ,ב ַײ יהוה ,װ ַײל איך האָב געטאָן חסד מיט א ַײך ,אַז
איר אױך װעט טאָן חסד מיט מ ַײן פֿאָטערס הױז; און איר זאָלט מיר
געבן אַן אמתן צײכן 13 ,אַז איר װעט לאָזן לעבן מ ַײן פֿאָטער און
מ ַײן מוטער ,און מ ַײנע ברידער און מ ַײנע שװעסטער ,און אַלע װאָס
געהערן צו זײ ,און איר װעט מציל ז ַײן אונדזערע נפֿשות פֿון טױט.
14האָבן די מענטשן צו איר געזאָגט :אונדזער נפֿש אָנשטאָט א ַײך
צום טױט ,אױב איר װעט ניט אױסזאָגן די דאָזיקע זאַך אונדזערע!
און עס װעט ז ַײן ,אַז גאָט װעט אונדז געבן דאָס לאַנד ,װעלן מיר
טאָן מיט דיר חסד און טר ַײשאַפֿט.
15האָט זי זײ אַראָפּגעלאָזן מיט אַ שטריק דורכן פֿענצטער; װאָרום
איר הױז איז געװען אין דער װאַנט פֿון דער שטאָטמױער ,און זי
האָט געװוינט אין דעם מױער 16 .און זי האָט צו זײ געזאָגט :גײט
צום באַרג צו ,כּדי די נאָכיאָגער זאָלן א ַײך ניט אָנטרעפֿן; און איר
זאָלט א ַײך באַהאַלטן דאָרטן דר ַײ טעג ,ביז די נאָכיאָגער קערן זיך
אום; און דערנאָך װעט איר גײן אױף א ַײער װעג.
17האָבן די מענטשן צו איר געזאָגט :מיר װעלן ז ַײן רײן פֿון ד ַײן
דאָזיקער שבֿועה װאָס דו האָסט אונדז באַשװאָרן 18 .אָט װי מיר
קומען אין לאַנד ,זאָלסטו די שנור פֿון דעם דאָזיקן רױטן פֿאָדים
אָנבינדן אין דעם פֿענצטער װאָס דו האָסט אונדז אַראָפּגעלאָזן דורך
אים ,און ד ַײן פֿאָטער און ד ַײן מוטער ,און ד ַײנע ברידער ,און דאָס
גאַנצע הױז פֿון ד ַײן פֿאָטער ,זאָלסטו א ַײנזאַמלען צו דיר אין הױז.
19און עס װעט ז ַײן ,איטלעכער װאָס װעט אַרױסגײן פֿון די טירן פֿון
ד ַײן הױז דערױסן ,װעט ז ַײן בלוט ז ַײן אױף ז ַײן קאָפּ ,און מיר װעלן
ז ַײן רײן; אָבער איטלעכער װאָס װעט ז ַײן ב ַײ דיר אין הױז ,װעט
ז ַײן בלוט ז ַײן אױף אונדזער קאָפּ ,אױב אַ האַנט װעט ז ַײן אױף אים.
20אױב אָבער דו װעסט אױסזאָגן די דאָזיקע זאַך אונדזערע ,װעלן
מיר ז ַײן רײן פֿון ד ַײן שבֿועה װאָס דו האָסט אונדז באַשװאָרן.
21האָט זי געזאָגט :װי א ַײערע װערטער ,אַזױ זאָל ז ַײן .און זי האָט
זײ אַרױסבאַלײט ,און זײ ז ַײנען אַװעקגעגאַנגען .און זי האָט
אָנגעבונדן די רױטע שנור אין פֿענצטער.
22און זײ ז ַײנען געגאַנגען ,און ז ַײנען געקומען צום באַרג ,און ז ַײנען
דאָרטן געזעסן דר ַײ טעג ,ביז די נאָכיאָגערס האָבן זיך אומגעקערט.