Page 7 - Yehoshue
P. 7

‫יהושוע‬

‫װי איך בין געװען מיט משהן‪ ,‬װעל איך ז ַײן מיט דיר‪ 8 .‬און דו זאָלסט‬
‫באַפֿעלן די כֹּהנים װאָס טראָגן דעם אָרון פֿון בונד‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬װי‬
‫איר קומט צום ברעג װאַסער פֿון ַירדן‪ ,‬זאָלט איר אין ַירדן זיך‬

                                                             ‫אָפּשטעלן‪.‬‬

‫‪ 9‬האָט יהוֹשו ַע געזאָגט צו די קינדער פֿון ישׂראל‪ :‬גענענט אַהער‪ ,‬און‬
‫הערט די װערטער פֿון יהוה א ַײער גאָט‪ 10 .‬און יהוֹשו ַע האָט‬
‫געזאָגט‪ :‬דורך דעם װעט איר װיסן‪ ,‬אַז דער לעבעדיקער גאָט איז‬
‫צװישן א ַײך‪ ,‬און פֿאַרטר ַײבן װעט ער פֿאַרטר ַײבן פֿון פֿאַר א ַײך דעם‬
‫כַּנ ֲעני‪ ,‬און דעם ִחתּי‪ ,‬און דעם ח ִוי‪ ,‬און דעם פּ ִרזי‪ ,‬און דעם ִגרָגשי‪,‬‬
‫און דעם ֶאמוֹרי‪ ,‬און דעם יבֿוסי‪ 11 .‬אָט גײט דער אָרון פֿון בונד פֿון‬
‫דעם האַר פֿון דער גאַנצער ערד אַריבער א ַײך פֿאַרױס איבערן ַירדן‪.‬‬
‫‪ 12‬און אַצונד‪ ,‬נעמט א ַײך צװעלף מענער פֿון די שבֿטים פֿון ישׂראל‪,‬‬
‫צו אײן מאַן‪ ,‬צו אײן מאַן פֿון אַ שבֿט‪ 13 .‬און עס װעט ז ַײן‪ ,‬װי די‬
‫פֿוסטריט פֿון די כֹּהנים‪ ,‬װאָס טראָגן דעם אָרון פֿון גאָט דעם האַר‬
‫פֿון דער גאַנצער ערד‪ ,‬רוען אין די װאַסערן פֿון ַירדן‪ ,‬אַזױ װעלן די‬
‫װאַסערן פֿון ַירדן פֿאַרשניטן װערן – די װאַסערן װאָס נידערן אַראָפּ‬

                ‫פֿון אױבן – און זײ װעלן בל ַײבן שטײן אין אײן הױפֿן‪.‬‬

‫‪ 14‬און עס איז געװען‪ ,‬װי דאָס פֿאָלק האָט געצױגן פֿון זײערע‬
‫געצעלטן אַריבערצוגײן דעם ַירדן‪ ,‬מיט די כֹּהנים‪ ,‬װאָס האָבן‬
‫געטראָגן דעם אָרון פֿון בונד‪ ,‬פֿאַרױס פֿאַרן פֿאָלק‪ 15 ,‬און װי די‬
‫טרעגער פֿון אָרון ז ַײנען געקומען ביזן ַירדן‪ ,‬און די פֿיס פֿון די כֹּהנים‪,‬‬
‫װאָס האָבן געטראָגן דעם אָרון‪ ,‬האָבן זיך א ַײנגעטונקט אין ברעג‬
‫װאַסער – װאָרום דער ַירדן איז פֿול איבער אַלע ז ַײנע ברעגן אַלע‬
‫טעג פֿון שניט – ‪ 16‬אַזױ האָבן די װאַסערן‪ ,‬װאָס נידערן אַראָפּ פֿון‬
‫אױבן‪ ,‬זיך אָפּגעשטעלט; זײ ז ַײנען געבליבן שטײן אין אײן הױפֿן‪,‬‬
‫זײער װ ַײט פֿון דער שטאָט אָ ָדם װאָס לעבן ָצר ָתן; און די װאָס‬
‫נידערן אַראָפּ צו דעם ים פֿון פּלױן‪ ,‬דעם ַים‪ַ -‬ה ֶמ ַלח‪ ,‬ז ַײנען אין גאַנצן‬
‫פֿאַרשניטן געװאָרן; און דאָס פֿאָלק איז אַריבערגעגאַנגען אַקעגן‬
‫יריחו‪ 17 .‬און די כֹּהנים‪ ,‬װאָס האָבן געטראָגן דעם אָרון פֿון גאָטס‬
‫בונד‪ ,‬ז ַײנען געשטאַנען פֿעסט אױף טריקעניש אין מיטן ַירדן; און‬
‫גאַנץ ישׂראל ז ַײנען אַריבערגעגאַנגען אױף טריקעניש‪ ,‬ביז דאָס‬

                  ‫גאַנצע פֿאָלק האָט געענדיקט אַריבערגײן דעם ַירדן‪.‬‬
   2   3   4   5   6   7   8   9   10   11   12