Page 6 - Yehoshue
P. 6
יהושוע
און די נאָכיאָגערס האָבן געזוכט אױפֿן גאַנצן װעג ,און האָבן ניט
געפֿונען.
23און די צװײ מענטשן האָבן זיך אומגעקערט ,און האָבן
אַראָפּגענידערט פֿון באַרג ,און ז ַײנען אַריבערגעגאַנגען און געקומען
צו יהוֹשו ַע דעם זון פֿון נון ,און האָבן אים דערצײלט אַלץ װאָס זײ
האָט געטראָפֿן 24 .און זײ האָבן געזאָגט צו יהוֹשוען :פֿאַר װאָר ,גאָט
האָט געגעבן אין אונדזער האַנט דאָס גאַנצע לאַנד; און אױך ז ַײנען
די באַװוינער פֿון לאַנד צעגאַנגען געװאָרן פֿאַר אונדז.
1און יהוֹשו ַע האָט זיך געפֿעדערט אין דער פֿרי ,און זײ האָבן
געצױגן פֿון ִשטים ,און ז ַײנען געקומען ביזן ַירדן ,ער און אַלעג
קינדער פֿון ישׂראל; און זײ האָבן דאָרטן גענעכטיקט אײדער זײ
ז ַײנען אַריבערגעגאַנגען.
2און עס איז געװען צום ָסוף פֿון דר ַײ טעג ,ז ַײנען די אױפֿזעער
דורכגעגאַנגען אין לאַגער 3 ,און זײ האָבן באַפֿױלן דעם פֿאָלק ,אַזױ
צו זאָגן :װי איר זעט דעם אָרון פֿון בונד פֿון יהוה א ַײער גאָט ,און די
כֹּהנים פֿון שבֿט ֵל ִוי טראָגן אים ,אַזױ זאָלט איר ציען פֿון א ַײער אָרט,
און גײן נאָך אים – 4נאָר װ ַײט זאָל ז ַײן צװישן א ַײך און צװישן אים,
אַרום צװײ טױזנט אײלן אױפֿן מאָס; איר זאָלט ניט גענענען צו אים
– כּדי איר זאָלט װיסן דעם װעג װאָס איר זאָלט אױף אים גײן,
װאָרום איר ז ַײט ניט דורכגעגאַנגען אױף דעם װעג נעכטן-
אײערנעכטן.
5און יהוֹשו ַע האָט געזאָגט צום פֿאָלק :הײליקט א ַײך ,װאָרום מאָרגן
װעט גאָט טאָן צװישן א ַײך װוּנדער 6 .און יהוֹשו ַע האָט געזאָגט צו
די כֹּהנים ,אַזױ צו זאָגן :טראָגט דעם אָרון פֿון בונד ,און גײט פֿאַרױס
פֿאַרן פֿאָלק.
האָבן זײ געטראָגן דעם אָרון פֿון בונד ,און ז ַײנען געגאַנגען פֿאַרױס
פֿאַרן פֿאָלק.
7און גאָט האָט געזאָגט צו יהוֹשוען :ה ַײנטיקן טאָג װעל איך אָנהײבן
דיך גרײסן פֿאַר די אױגן פֿון גאַנץ ישׂראל ,כּדי זײ זאָלן װיסן ,אַז אַזױ