Page 10 - Yehoshue
P. 10

‫יהושוע‬

‫‪ 1‬און עס איז געװען‪ ,‬װי די מלכים פֿון דעם ֶאמוֹרי װאָס אױף‬

‫דער ז ַײט ַירדן‪ ,‬צו מערבֿ‪ ,‬און אַלע מלכים פֿון דעם כַּנ ֲעני װאָסה‬

‫ב ַײם ים‪ ,‬האָבן געהערט אַז גאָט האָט אױסגעטריקנט די װאַסערן פֿון‬
‫ַירדן פֿון פֿאַר די קינדער פֿון ישׂראל‪ ,‬ביז זײ ז ַײנען אַריבערגעגאַנגען‪,‬‬
‫אַזױ איז זײער האַרץ צעגאַנגען‪ ,‬און אַן אָטעם איז מער ניט געבליבן‬

                                ‫אין זײ פֿון װעגן די קינדער פֿון ישׂראל‪.‬‬

‫‪ 2‬אין יענער צ ַײט האָט גאָט געזאָגט צו יהוֹשוען‪ :‬מאַך דיר‬
‫שטײנערנע מעסערס‪ ,‬און ַמל װידער די קינדער פֿון ישׂראל‪ ,‬אַ צװײט‬
‫מאָל‪ 3 .‬האָט יהוֹשו ַע זיך געמאַכט שטײנערנע מעסערס‪ ,‬און האָט‬

                     ‫גע ַמלט די קינדער פֿון ישׂראל אין ִגבֿ ַעת‪ָ -‬ה ֲע ָרלוֹת‪.‬‬

‫‪ 4‬און דאָס איז די זאַך פֿאַר װאָס יהוֹשו ַע האָט גע ַמלט‪ :‬דאָס גאַנצע‬
‫פֿאָלק װאָס איז אַרױסגעגאַנגען פֿון ִמצ ַר ִים‪ ,‬די מאַנספּאַרשױנען‪,‬‬
‫אַלע קריגסל ַײט‪ ,‬ז ַײנען אױסגעשטאָרבן אין דער מדבר אונטערװעגנס‬
‫נאָך זײער אַרױסגײן פֿון ִמצ ַר ִים‪ 5 .‬װאָרום דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס‬
‫ז ַײנען אַרױסגעגאַנגען‪ ,‬ז ַײנען געװען גע ַמלט‪ ,‬אָבער דאָס גאַנצע פֿאָלק‬
‫װאָס ז ַײנען געבאָרן געװאָרן אין דער מדבר אונטערװעגנס נאָך זײער‬
‫אַרױסגײן פֿון ִמצ ַר ִים‪ ,‬האָט מען ניט גע ַמלט‪ 6 .‬װאָרום פֿערציק יאָר‬
‫ז ַײנען די קינדער פֿון ישׂראל געגאַנעגן אין דער מדבר‪ ,‬ביז עס איז‬
‫פֿאַרלענדט געװאָרן די גאַנצע אומה‪ ,‬די קריגסל ַײט װאָס ז ַײנען‬
‫אַרױסגעגאַנגען פֿון ִמצ ַר ִים‪ ,‬װאָס האָבן ניט צוגעהערט צו דעם ָקול‬
‫פֿון גאָט‪ ,‬די װאָס גאָט האָט זײ געשװאָרן‪ ,‬זײ ניט צו לאָזן זען דאָס‬
‫לאַנד װאָס גאָט האָט געשװאָרן זײערע עלטערן‪ ,‬אונדז צו געבן‪ ,‬אַ‬
‫לאַנד װאָס פֿליסט מיט מילך און האָניק; ‪ 7‬נאָר זײערע קינדער האָט‬
‫ער אױפֿגעשטעלט אָנשטאָט זײ‪ .‬זײ האָט דאָס יהוֹשו ַע גע ַמלט‪ ,‬װ ַײל‬
‫זײ ז ַײנען געװען אומבאַשניטן‪ ,‬װאָרום מע האָט זײ ניט גע ַמלט‬

                                                         ‫אונטערװעגנס‪.‬‬

‫‪ 8‬און עס איז געװען‪ ,‬אַז דאָס גאַנצע פֿאָלק האָבן געענדיקט זיך ַמלן‪,‬‬
‫ז ַײנען זײ געזעסן אױף זײער אָרט אין לאַגער ביז זײ ז ַײנען געזונט‬

                                                                ‫געװאָרן‪.‬‬

‫‪ 9‬און גאָט האָט געזאָגט צו יהוֹשוען‪ :‬ה ַײנט האָב איך אַראָפּגעק ַײקלט‬
‫פֿון א ַײך די חרפּה פֿון ִמצ ַר ִים‪ .‬דרום רופֿט מען יענעם אָרט ִגלָגל ביז‬

                                                    ‫אױף ה ַײנטיקן טאָג‪.‬‬
   5   6   7   8   9   10   11   12   13   14   15