Page 9 - Yehoshue
P. 9

‫יהושוע‬

‫גאַנצע פֿאָלק האָט געענדיקט אַריבערגײן‪ ,‬אַזױ איז אַריבערגעגאַנגען‬
                         ‫דער אָרון פֿון גאָט און די כֹּהנים פֿאַרן פֿאָלק‪.‬‬

‫‪ 12‬און די קינדער פֿון ראובֿן‪ ,‬און די קינדער פֿון ָגד‪ ,‬און דער האַלבער‬
‫שבֿט מנשה‪ ,‬ז ַײנען אַריבערגעגאַנגען באַװאָפֿנטע פֿאַרױס פֿאַר די‬
‫קינדער פֿון ישׂראל‪ ,‬אַזױ װי משה האָט צו זײ גערעדט‪ 13 .‬אַרום‬
‫פֿערציק טױזנט באַװאָפֿנטע חיל ז ַײנען אַריבערגעגאַנגען פֿאַר גאָטס‬

                     ‫אָנגעזיכט אױף מלחמה‪ ,‬צו די פּלױנען פֿון יריחו‪.‬‬

‫‪ 14‬אין יענעם טאָג האָט גאָט געגרײסט יהוֹשוען פֿאַר די אױגן פֿון‬
‫גאַנץ ישׂראל‪ ,‬און זײ האָבן מוֹרא געהאַט פֿאַר אים אַזױ װי זײ האָבן‬

                    ‫מוֹרא געהאַט פֿאַר משהן‪ ,‬אַלע טעג פֿון ז ַײן לעבן‪.‬‬

‫‪ 15‬און גאָט האָט געזאָגט צו יהוֹשוען‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ 16:‬באַפֿעל די‬
‫כֹּהנים װאָס טראָגן דעם אָרון פֿון געזעץ‪ ,‬זײ זאָלן אַרױפֿגײן פֿון ַירדן‪.‬‬

‫‪ 17‬האָט יהוֹשו ַע באַפֿױלן די כֹּהנים‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬גײט אַרױף פֿון‬
‫ַירדן‪ 18 .‬און עס איז געװען‪ ,‬אַז די כֹּהנים‪ ,‬װאָס האָבן געטראָגן דעם‬
‫אָרון פֿון גאָטס בונד‪ ,‬ז ַײנען אַרױפֿגעגאַנגען פֿון מיטן ַירדן‪ ,‬װי די‬
‫פֿוסטריט פֿון די כֹּהנים האָבן זיך אױפֿגעהױבן אױף דער יבשה‪ ,‬אַזױ‬
‫האָבן די װאַסערן פֿון ַירדן זיך אומגעקערט אױף זײער אָרט‪ ,‬און‬
 ‫ז ַײנען געגאַנגען איבער אַלע ז ַײנע ברעגן אַזױ װי נעכטן‪-‬אײערנעכטן‪.‬‬

‫‪ 19‬און דאָס פֿאָלק איז אַרױפֿגעגאַנגען פֿון ַירדן אין צענטן טאָג פֿון‬
‫ערשטן חוֹדש‪ ,‬און זײ האָבן גערוט אין ִגלָגל‪ ,‬אין מזרח‪-‬עק פֿון יריחו‪.‬‬
‫‪ 20‬און די דאָזיקע צװעלף שטײנער‪ ,‬װאָס זײ האָבן אַרױסגענועמן פֿון‬
‫ַירדן‪ ,‬האָט יהוֹשו ַע אױפֿגעשטעלט אין ִגלָגל‪ 21 .‬און ער האָט געזאָגט‬
‫צו די קינדער פֿון ישׂראל‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬אַז א ַײערע קינדער װעלן‬
‫שפּעטער אַהין פֿרעגן זײערע עלטערן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬װאָס ז ַײנען די‬
‫דאָזיקע שטײנער? ‪ 22‬זאָלט איר מאַכן װיסן א ַײערע קינדער‪ ,‬אַזױ צו‬
‫זאָגן‪ :‬אױף טריקעניש איז ישׂראל אַריבערגעגאַנגען דעם דאָזיקן ַירדן‪.‬‬
‫‪ 23‬װאָרום יהוה א ַײער גאָט האָט אױסגעטריקנט די װאַסערן פֿון ַירדן‬
‫פֿון פֿאַר א ַײך‪ ,‬ביז איר ז ַײט אַריבערגעגאַנגען‪ ,‬אַזױ װי יהוה א ַײער‬
‫גאָט האָט געטאָן צום ים‪-‬סוף‪ ,‬װאָס ער האָט אױסגעטריקנט פֿון‬
‫פֿאַר אונדז‪ ,‬ביז מיר ז ַײנען אַריבערגעגאַנגען; ‪ 24‬כּדי אַלע פֿעלקער‬
‫פֿון דער ערד זאָלן װיסן די האַנט פֿון יהוה אַז זי איז שטאַרק; כּדי‬

               ‫איר זאָלט מוֹרא האָבן פֿאַר יהוה א ַײער גאָט אַלע טעג‪.‬‬
   4   5   6   7   8   9   10   11   12   13   14