Page 14 - Yehoshue
P. 14
יהושוע
26און יהוֹשו ַע האָט באַשװאָרן אין יענער צ ַײט ,אַזױ צו זאָגן:
פֿאַרשאָלטן פֿאַר גאָט דער מאַן װאָס װעט אױפֿשטײן און װעט
אָפּבױען די דאָזיקע שטאָט יריחו! מיט דעם לעבן פֿון ז ַײן ב ָכור זאָל
ער לײגן איר גרונטפֿעסט ,און מיט ז ַײן י ִינגסטן זאָל ער אַר ַײנשטעלן
אירע טירן.
27און גאָט איז געװען מיט יהוֹשוען ,און ז ַײן ֶשם איז געװען אין
גאַנצן לאַנד.
1און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן געפֿעלשט אַ פֿעלשונג אין
דעם חרם ,און ָע ָכן דער זון פֿון ַכּרמי דעם זון פֿון ַזבֿדי ,דעם זוןז
פֿון ֶז ַרחן ,פֿון שבֿט יהודה ,האָט גענומען פֿון דעם חרם ,און דער
צאָרן פֿון גאָט האָט געגרימט אױף די קינדער פֿון ישׂראל.
2און יהוֹשו ַע האָט געשיקט מענטשן פֿון יריחו קײן ַעי װאָס לעבן
בית-אֶָון ,אין מזרח פֿון ביתֵ -אל ,און ער האָט זײ אָנגעזאָגט ,אַזױ צו
זאָגן :גײט אַרױף ,און קוקט אױס דאָס לאַנד .ז ַײנען די מענטשן
אַרױפֿגעגאַנגען ,און האָבן אױסגעקוקט ַעי 3 .און זײ האָבן זיך
אומגעקערט צו יהוֹשוען ,און האָבן צו אים געזאָגט :זאָל ניט
אַרױפֿגײן דאָס גאַנצע פֿאָלק; אַרום צװײ טױזנט מאַן ,אָדער אַרום
דר ַײ טױזנט מאַן ,זאָלן אַרױפֿגײן און שלאָגן ַעי .דאַרפֿסט ניט מיען
אַהין דאָס גאַנצע פֿאָלק ,װאָרום זײ ז ַײנען װינציק.
4ז ַײנען אַרױפֿגעגאַנגען אַהין פֿון פֿאָלק אַרום דר ַײ טױזנט מאַן;
אָבער זײ ז ַײנען אַנטלאָפֿן פֿאַר די מענטשן פֿון ַעי 5 .און די מענטשן
פֿון ַעי האָבן פֿון זײ געשלאָגן אַרום זעקס און דר ַײסיק מאַן ,און זײ
האָבן זײ נאָכגעיאָגט פֿון פֿאַרן טױער ביז שבֿרים ,און האָבן זײ
געשלאָגן ב ַײם אַראָפּגאַנג; און דאָס האַרץ פֿון פֿאָלק איז צעגאַנגען,
און איז געװאָרן אַזױ װי װאַסער.
6האָט יהוֹשו ַע צעריסן ז ַײנע קלײדער ,און איז געפֿאַלן אױף ז ַײן
פּנים צו דער ערד פֿאַר דעם אָרון פֿון גאָט ביזן אָװנט ,ער און די
עלטסטע פֿון ישׂראל; און זײ האָבן אַרױפֿגעלײגט ערד אױף זײער
קאָפּ 7 .און יהוֹשו ַע האָט געזאָגט :װײ ,גאָט דו האַר ,נאָך װאָס
האָסטו גאָר אַריבערגעבראַכט דאָס דאָזיקע פֿאָלק איבערן ַירדן,